אייראָפּע האָט נאָך אַלץ נישט אויפֿגעמאַכט די אויגן

Europe Still Hasn’t Opened Its Eyes

ייִדן אין סאַרע־אוניאָן, מיזרח־פֿראַנקרײַך צווישן די צעשטערטע מצבֿות אויפֿן ייִדישן בית־עולם, 
דעם 17טן פֿעברואַר. וואַנדאַלן האָבן חרובֿ געמאַכט 300 מצבֿות
Getty Images
ייִדן אין סאַרע־אוניאָן, מיזרח־פֿראַנקרײַך צווישן די צעשטערטע מצבֿות אויפֿן ייִדישן בית־עולם, דעם 17טן פֿעברואַר. וואַנדאַלן האָבן חרובֿ געמאַכט 300 מצבֿות

פֿון עמיל קאַלין

Published February 19, 2015, issue of March 06, 2015.

לכתּחילה האָב איך זיך גענומען שרײַבן וועגן די וואַלן, וואָס דערנענטערן זיך, אָבער די אַנומלטיקע געשעענישן אין קאָפּענהאַגן האָבן מיך אָנגעיאָגט, און איך מוז מודה זײַן, אַז די וואַלן אין ישׂראל זעען איצט אויס ווי איין גרויסער גענעץ, אין פֿאַרגלײַך מיט די פּאַסירונגען אין אייראָפּע, וווּ די רײַבונגען צווישן די צוויי ציוויליזאַציעס גייען אָן און ווערן אַלץ שאַרפֿער און שטאַרקער; זיי טראָגן זיך מיט אַ גיכקייט, וואָס לאָזט אַלעמען געפּלעפֿט, אַרײַנגערעכנט, ליידער, די אייראָפּעיִשע זיכערהייט-אַגענטורן.

די אידיאָטישע קריגערײַען אין דער ייִדישער מדינה זעען אויס ווי אַ פּילפּול איבער אַן איי, געבוירן ביום-טובֿ, און נישט קיין תּוך-זאַכן. צוריק גערעדט, שרײַבנדיק וועגן אייראָפּע, קען מען נישט אויסמײַדן אויך די וואַלן, ווײַל די פּאַסירונגען האָבן אַ דירעקטע השפּעה אי אויף דער אַלגעמיינער שטימונג אין ישׂראל, אי אויף די ענינים, וואָס געפֿינען זיך אויף דער טאָג-אָרדענונג.

עס שײַנט, אַז די טעראָר-אַטאַקן אין פֿראַנקרײַך האָבן גאָרנישט געביטן; זיי האָבן, מעגלעך, נאָר אַ וואַקל געטאָן די וועלט-באַנעמונג בײַ יחידים, אָבער די מערהייט האַלט זיך בײַ דער פֿריִערדיקער געפּריידיקטער דאָגמע: „וואָס איז געווען, וועט ווײַטער זײַן‟.

אויפֿן ערשטן בליק, איז טאַקע שווער צו פֿאַרשטיין, וואָס די לינקע אין אייראָפּע האָבן בשותּפֿות מיט די ליבעראַלע אינטעלעקטואַלן, וועלכע האַלטן פֿון גלײַכקייט און וואָרט־פֿרײַהייט, און די איסלאַמיסטן, וואָס בונטעווען זיך קעגן אַלע יסודותדיקע פּרינציפּן פֿון דער מערבֿ־וועלט. פֿון דעסטוועגן, פֿאַרשטייען זיי זיך אײַן, ווײַל די שׂינאה צו ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס האָט דרך-אַגבֿ, געראַטעוועט אייראָפּע שוין צוויי מאָל, באַצאָלנדיק אַ ריזיקן פּרײַז פֿון מענטשלעכע קרבנות, — פֿאַראייניקט זיי.

ווי אַ מוסטער פֿון אייראָפּעיִשער נאַרישקייט, אומגרייטקייט אָנצונעמען דאָס געשעענע און דאָס אָפּלייקענען די ווירקלעכקייט, קענען דינען די ווערטער פֿון דער פּרעמיערין פֿון דענמאַרק, אַז דער לעצטער אַטאַק אין קאָפּענהאַגן איז אַ טייל פֿון אַ קריג צווישן דער איסלאַמישער וועלט און דער מערבֿ-וועלט, און נישט צווישן די מוסולמענער און נישט-מוסולמענער; ס‘איז אַ ראַנגלעניש צווישן געדאַנקען, וואָס שטעלן אויפֿן אויבנאָן די פֿרײַהייט פֿון דעם יחיד, און אַ פֿינצטערער אידעאָלאָגיע.

שיין גערעדט. די מענטשלעכע קרבנות און גרויזאַמע טאַטן ווערן רעדוצירט צו „שיטות‟ און „אידעאָלאָגיעס‟. מע וואָלט געקענט נאָך מיינען, אַז עס גייט די רייד וועגן דערהויבענע פּראָפֿעסאָרן, וואָס פֿירן הייסע דיסקוסיעס אין עפּעס אַן „אינטעלעקטואַלן סאַלאָן‟, אָדער עס האָט זיך לא-כּלינו געטראָפֿן אַן אומגליק — עפּעס אַ ווידערשפּעניקע מחשבֿה האָט זיך גענומען דרייען אויף די גאַסן פֿון קאָפּענהאַגן מיט אַ רעוואָלווער אין קעשענע. פּלוצעם האָט זי אַרויסגעכאַפּט דעם רעוואָלווער און דערשאָסן אַ פּאָר אַנדערע טיפֿע מחשבֿות.