אַ מעגלעכע נײַע אויספֿאָרשונג פֿון צה״ל־אַקציעס אין עזה

Israel May Probe Gaza Scorched-Earth Operation

Getty Images

פֿון (Forward)

Published February 20, 2015, issue of March 20, 2015.

דאָס ישׂראלדיקע מיליטער קלײַבט זיך צו באַשליסן, צי מע מוז אָנהייבן אַ קרימינעלע אויספֿאָרשונג פֿון דער אַקציע, וועלכע מע האָט דורכגעפֿירט דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, ווען לייטענאַנט הדר גאָלדין איז פֿאַרכאַפּט געוואָרן אין אַ טונעל בעת דער מלחמה אין עזה.

לויט דעם אַזוי־גערופֿענעם „האַניבאַל־פּראָטאָקאָל‟, האָט די אַרמיי געמוזט זיך פֿאָקוסירן אויף אַ ספּעציעלער אָפּעראַציע, כּדי צו ראַטעווען דעם פֿאַרכאַפּטן מיליטער־מאַן, אויב אַפֿילו דאָס וואָלט געשטעלט זײַן לעבן אָדער די אַנדערע סאָלדאַטן אין אַ סכּנה. דעם 1טן אויגוסט, ווען די פֿאַרכאַפּער האָבן אַרײַנגעשלעפּט גאָלדינען אין אַ טונעל, האָט צה״ל באָמבאַרדירט די געגנט מיט דער שווערער אַרטילעריע און דורכגעפֿירט לופֿט־אַטאַקן פֿון די מעגלעכע ערטער, וווּהין דער טונעל האָט געקאָנט פֿירן. לכל־הפּחות 40 פּאַלעסטינער זענען דערהרגעט געוואָרן אינעם רפֿיח־ראַיאָן בעת דער אָפּעראַציע.

דער ישׂראלדיקער מיליטערישער הויפּט־פּראָקוראָר, גענעראַל־לייטענאַנט דני עפֿרוני, האָט דינסטיק, דעם 17טן פֿעברואַר, באַטאָנט בעת אַ קאָנפֿערענץ וועגן די אינטערנאַציאָנאַלע געזעצן, אַז דער „האַניבאַל־פּראָטאָקאָל‟ מיינט נישט, אַז כּדי צו ראַטעווען אַ פֿאַרכאַפּטן, מעג די אַרמיי ברעכן די מלחמה־געזעצן אָדער דורכפֿירן אומפּראָפּאָרציאָנעל גרויסע באָמבאַרדירונגען.

דערווײַל בלײַבט נישט קלאָר, צי מע וועט טאַקע דורכפֿירן אַ קרימינעלע אויספֿאָרשונג פֿון דער אַקציע, און וואָס עפֿרוני מיינט פּערזענלעך וועגן דעם. דער פּראָקוראָר האָט אָבער באַטאָנט, אַז ס׳איז וויכטיק צו דערקלערן, להיפּוך צו געוויסע אינטערפּרעטאַציעס פֿונעם „האַניבאַל־פּראָטאָקאָל‟, אַז די דאָזיקע מיליטערישע פּראָצעדור דערלויבט נישט צו דערהרגענען בכּיוון דעם פֿאַרכאַפּטן סאָלדאַט. דערצו, בלײַבט בעת אַזעלכע אָפּעראַציע אַקטועל דאָס אינטערנאַציאָנאַלע געזעץ, לויט וועלכן מע מעג אַטאַקירן בלויז מיליטערישע אָביעקטן, אָבער נישט די ציווילע באַפֿעלקערונג. ווען מע אַטאַקירט די מיליטערישע אָביעקטן, טאָר מען אויך נישט אויסנוצן קיין אומפּראָפּאָרציאָנעל גרויסע פֿײַער־כּוחות בעת אַזעלכע אַקציעס.

דאָס ישׂראלדיקע מיליטער פֿירט איצט דורך אַן אויספֿאָרשונג פֿון 13 צווייפֿלהאַפֿטיקע אינצידענטן, וועלכע זענען געשען בעת דער מלחמה דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער. מע גרייטן אויך די פֿאָרמעלע באַשולדיקונגען פֿון דרײַ סאָלדאַטן, וועלכע זענען פֿאַרדעכטיקט אינעם באַגנבֿענען די פּאַלעסטינער הײַזער בעת דער אָפּעראַציע.