טוט מיר אַ טובֿה, פֿאַרפֿרירט מײַנע אייער!

Freeze My Eggs — Please!

Lior Zaltzman

פֿון סוזי קאַנטאַר (Forward)

Published February 20, 2015, issue of March 20, 2015.

נישט ווײַט פֿונעם צענטראַל־פּאַרק אין ניו־יאָרק געפֿינט זיך אַ בנין מיט אַ שיינעם גרויסן ביוראָ, וווּ בערך 15 פֿרויען אין זייערע דרײַסיקער זיצן רויִק אויף ווײַסע סאָפֿעס לעבן אַ טיש, טרינקענדיק טיי און קאַווע. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען ווײַסע, אַרײַנגערעכנט אַ פּאָר פֿרומע. ווען איך האָב געזאָגט דער סעקרעטאַרשע, אַז איך וויל אָפּשמועסן מיט אַ דאָקטער וועגן אײַנפֿרירונג פֿון איי־צעלן, האָט זי מיך געפֿרעגט, צי איך ווענד זיך צום ערשטן מאָל צו זייער אינסטיטוציע. דערנאָך האָט זי מיר אַרויסגעגעבן אַ פּעקל דאָקומענטן אויסצופֿילן און געוואָרנט, אַז דאָס פֿאַרנעמט דרײַ שעה.

איך בין דערצויגן געוואָרן אין אַ מאָדערן-אָרטאָדאָקסישער משפּחה. ביידע מײַנע שוועסטער האָבן דרײַ קינדער. להיפּוך, בין איך שוין 34 יאָר אַלט, און נאָך נישט חתונה געהאַט. דערפֿאַר וויל איך פֿאַרפֿרירן מײַנע איי־צעלן, כּדי מײַן ביאָלאָגישער „זייגער‟ זאָל זיך דרייען פּאַמעלעכער. ווען איך האָב אויסגעפֿילט די דאָקומענטן, האָב איך זיך פֿאַרטראַכט, אַז איך וויל אויך ווערן אַ מאַמע.

אינעם יאָר 1986 האָט זיך צום ערשטן מאָל אײַנגעגעבן צו מאַכן אַ פֿרוי שוואַנגערן אויף אַ קינסטלעכן אופֿן, אויסנוצנדיק אירע פֿאַרפֿרוירענע איי־צעלן. הײַנט זענען שוין טויזנטער קינדער געבוירן געוואָרן מיט דער הילף פֿון דער דאָזיקער פּראָצעדור, וואָס ווערט אַלץ פּאָפּולערער. לכתּחילה, האָט מען צוגעטראַכט אַזאַ מעטאָד, כּדי אַ פֿרוי זאָל קאָנען האָבן קינדער נאָך דער כעמאָטעראַפּיע. לעצטנס, איז עס אָבער געוואָרן אַ פּאָפּולערער מיטל, וואָס דערמעגלעכט געזונטע מאַמעס צו פּלאַנירן דעם משפּחה־גראַפֿיק.

אַ צאָל גרויסע פֿינאַנציעלע און קאָמפּיוטער־פֿירמעס האָבן נישט לאַנג צוריק איבערגעגעבן, אַז זיי זענען גרייט צו באַצאָלן ביז 20,000 דאָלאַר, כּדי צו העלפֿן זייערע באַאַמטע צו דעקן די הוצאות פֿאַר דער טײַערער פּראָצעדור. אין די לעצטע חדשים זענען אין ניו־יאָרק און קאַליפֿאָרניע פֿאָרגעקומען ספּעציעלע אונטערנעמונגען, געווידמעט די פֿאַרפֿרוירענע איי־צעלן.

ווען די קראַנקן־שוועסטער האָט מיך מיט אַ שמייכל געפֿרעגט, פֿאַרוואָס איך האָב באַשלאָסן דורכצוגיין די פּראָצעדור דווקא הײַנט, האָב איך זיך שיִער נישט צעוויינט. איך האָב געענטפֿערט, אַז מיט דרײַ חדשים פֿריִער האָב איך געהאָפֿט צו פֿאַרגיין אין טראָגן. מײַן געליבטער האָט מיר אָבער דעמאָלט געזאָגט, אַז ער גייט צוריק צו זײַן פֿריִערדיקער חבֿרטע. במשך פֿון דרײַ יאָר, האָבן מיר זיך כּסדר געטראָפֿן און גערעדט וועגן חתונה און קינדער. פּלוצעם, האָט ער מיך געפּלעפֿט און זיך מודה געווען, אַז ער האָט ליב אַן אַנדער פֿרוי און וויל מיט איר לעבן.

אין דער פֿרומער וועלט קוקט מען מאָדנע אויף אַזעלכע פֿרויען, ווי איך. יעדער פֿרעגט, וווּ איז מײַן מאַן און וויפֿל קינדער מיר האָבן. מײַנע אַ חבֿרטע האָט מיר אָבער געגעבן אַן עצה, אַז אַנשטאָט צו טרינקען און זיצן פֿאַרביטערט, קאָן איך מאַכן זיכער, אַז אין דער צוקונפֿט זאָל איך קאָנען האָבן קינדער, ווען איך וועל, סוף־כּל־סוף, געפֿינען מײַן באַשערטן און חתונה האָבן.

זײַענדיק אַ 40־יאָריקע פֿרוי, האָט מײַן חבֿרטע אײַנגעפֿרוירן פֿינף אירע איי־צעלן. די דאָקטוירים האָבן מיר דערקלערט, אַז די נײַע טעכנאָלאָגיעס דערמעגלעכן זיי אָפּצוהיטן אויף 98 פּראָצענט. דערנאָך, אויב אַפֿילו אַ פֿרוי איז צו אַלט צו פֿאַרגיין אין טראָגן אויף אַ נאַטירלעכן אופֿן, קאָן מען די צעלן מאַכן טראָגעדיק און אַרײַנלייגן צוריק אין דער מאַמעס בויך דורך אַ ספּעציעלן קינסטלעכן מעטאָד.

די גאַנצע פּראָצעדור האָט אַ סך געקאָסט, אָבער האָט נישט פֿאַרנומען צופֿיל צײַט. בסך־הכּל, האָב איך פֿאַרפֿרוירן פֿינף איי־צעלן. מיט דרײַ וואָכן נאָך דער פּראָצעדור, האָב איך אָנגעהויבן אַ ראָמאַן מיט אַ שיינעם און קלוגן 36־יאָריקן מאַן, וועלכער האָט מיך נישט לאַנג צוריק געפֿרעגט, צי איך וויל האָבן קינדער מיט אים. האָב איך אים געענטפֿערט, אַז יאָ, אָבער ברענען ברענט עס נישט, ווײַל איך האָב זיך שוין באַנוצט מיט אַ „צײַט־מאַשין‟.