יוסף קאָבזאָנס רוסישע קאַריערע

Iosif Kobzon’s Russian career

יוסף קאָבזאָן (רעכטס) האָט נאָך זײַן קאָנצערט אין דאָנבאַס, פֿאַרבעטן אויף דער בינע אַ. זאַכאַרטשענקאָ, דעם „פּרעמיער” פֿון דער אַזוי גערופֿענער „דאָנעצקער פֿאָלס־רעפּובליק”. צוזאַמען האָבן זיי געזונגען דאָס פּאָפּולערע ליד „איך האָב דיך ליב, לעבן”
יוסף קאָבזאָן (רעכטס) האָט נאָך זײַן קאָנצערט אין דאָנבאַס, פֿאַרבעטן אויף דער בינע אַ. זאַכאַרטשענקאָ, דעם „פּרעמיער” פֿון דער אַזוי גערופֿענער „דאָנעצקער פֿאָלס־רעפּובליק”. צוזאַמען האָבן זיי געזונגען דאָס פּאָפּולערע ליד „איך האָב דיך ליב, לעבן”

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 22, 2015, issue of March 20, 2015.

אַלץ מער פֿאָרשטייער פֿון דעם רוסישן איסטעבלישמענט האָבן ניט קיין צוטריט צו מערבֿדיקע לענדער. יעדע סאַנקציע מאַכט די רשימה לענגער. פֿאַר אייניקע „רעפֿוזניקעס‟ איז עס אַ ריין סימבאָלישע זאַך. פֿאַר אַנדערע איז באמת ווייטיקדיק, ווײַל זיי האָבן אין אויסלאַנד הײַזער, נייטיקן זיך אין רײַזעס אין מערבֿ צוליב געשעפֿטן, צי כּדי זיך צו זען מיט קינדער און אייניקלעך, וואָס האָבן זיך באַזעצט ערגעץ אין אייראָפּע אָדער אין אַמעריקע. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס אין די דאָזיקע קרײַזן איז פֿאַרפֿירט געוואָרן צו פֿאָרן קיין דײַטשלאַנד (ווי אויך קיין ישׂראל), ווען מע ווערט ערנסט קראַנק.

מיר ווייסן ניט, פֿאַרשטייט זיך, וואָס עס קומט פֿאָר אין די נשמות פֿון אַזעלכע לײַט, ווען זיי דערוויסן זיך, אַז מע וויל זיי ניט זען אין קיין לײַטישער שטוב, גלײַך ווי זיי זײַנען קרעציקע. אָבער אָפֿיציעל, פֿאַר דער מעדיאַ, פֿאַלן זיי בײַ זיך ניט אַראָפּ. אַדרבא, מע מאַכט אַן אָנשטעל, אַז מע איז אַפֿילו צופֿרידן צו זײַן אַזוי „אויסגעצייכנט‟, אַז מע שאַצט עס כּלומרשט אָפּ ווי אַן אָנערקענונג פֿון „עכטע‟ אָנהענגער פֿון זייער פֿירער וולאַדימיר פּוטין.

לויט דעם סאַמע לעצטן באַשלוס, איז צווישן די „רעפֿוזניקעס‟ אָנגערופֿן געוואָרן דער נאָמען פֿון דעם 77־יאָריקן פּאָפּולערן זינגער יוסף קאָבזאָן. דער דאָזיקער מענטש שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן אייגנאַרטיקן פֿענאָמען אין דער סאָוועטישער און רוסישער געשיכטע. ווי אַ זינגער, האָט ער געהאַט, און אפֿשר האָט נאָך אַלץ, אַ ריזיקע צאָל ליבהאָבער. צענדליקער לידער, וועלכע עס דערקענט גלײַך כּמעט יעדער רוסיש־רעדנדיקער יחיד, קלינגען באמת אָרגאַניש, ווען עס זינגט זיי יוסף קאָבזאָן.

צו האָבן אַזאַ ייִדישן נאָמען — יוסף קאָבזאָן — אויף דער סאָוועטישער בינע איז אויך געווען ניט פּשוט. ס’איז באַוווּסט, אַז אין דעם סאַמע אָנהייב פֿון זײַן קאַריערע האָט מען אים פֿאָרגעלייגט צו בײַטן דעם נאָמען, מאַכן אים „נייטראַל‟, אָבער ער האָט זיך אָפּגעזאָגט. פֿון זײַן ייִדישקייט האָט ער קיין סוד ניט געמאַכט. ייִדישע לידער האָט ער אין זײַן רעפּערטואַר און ייִדישע טוער האָט ער דאָ און דאָרטן געהאָלפֿן. דאָס זינגען ייִדישע לידער און שטיצן די ייִדישע כּלל־טעטיקייט געהערט שוין, פֿאַרשטייט זיך, צו די לעצטע צוואַנציק צי פֿינף־און־צוואַנציק יאָר.