„תּגלית‟ אויף קאַפּויער?

Why We Need Birthright in Reverse

llustration by Lior Zaltzman

פֿון דזשיי רודערמאַן (Forward)

Published February 22, 2015, issue of March 20, 2015.

ווען דער ישׂראלדיקער מיניסטער, בנימין נתניהו, האָט אָנגענומען די בקשה מצד דעם רעפּובליקאַנער ספּיקער אויפֿצוטרעטן פֿאַרן קאָנגרעס וועגן איראַן, האָבן זיך צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן אָנגעהויבן הייסע דעבאַטן. אַ טייל פֿון זיי טענהן, אַז אַזאַ אויפֿטריט וועט אויפֿרעגן די דעמאָקראַטן און ברענגען דערפֿאַר אַ היזק די באַציִונגען צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל. אַ טייל אַנדערע האַלטן, אַז דער קאָנגרעס דאַרף אויסהערן דעם ישׂראלדיקן פּרעמיער.

אַזוי צי אַזוי, פֿאַרשטייען נישט ס׳רובֿ ישׂראלים, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן לעבן אין אַן אַנדער לאַנד און זאָרגן זיך וועגן דער אָרטיקער פּאָליטיק. אַפֿילו די, וואָס שטיצן די פּאָזיציעס פֿון די ישׂראלדיקע רעכטע קעגן איראַן, געדענקען אויך, אַז זיי זענען אַמעריקאַנער, און הערן זיך צו צו אָבאַמאַ און די דעמאָקראַטישע פּאָליטיקער.

נישט לאַנג צוריק איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אַ דעמאָגראַפֿישע פֿאָרשונג, לויט וועלכער כּמעט 35 פּראָצענט ישׂראלים גלייבן, אַז די באַציִונגען צווישן ישׂראל און אַמעריקע זענען שטאַרק קאַליע געוואָרן פֿאַר די לעצטע פֿינף יאָר. אין דער זעלבער צײַט, מיינען ס׳רובֿ אויסגעפֿרעגטע, אַז די באַציִונג פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן צו ישׂראל האָט זיך נישט געביטן.

דאָס הייסט, אַז הגם די ישׂראלים זאָרגן זיך וועגן דעם קורס פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, גלייבן זיי, אַז אויף די אַמעריקאַנער ייִדן קאָנען זיי זיך אַלעמאָל פֿאַרלאָזן. דער מחבר פֿון די שורות, דינענדיק ווי דער פּרעזידענט פֿון דער „פֿונדאַציע אויפֿן נאָמען פֿון משפּחה רודערמאַן‟, האָט במשך פֿון 8 יאָר געוווינט אין ישׂראל און געפּרוּווט דאָרטן צו אַנטוויקלען די באַציִונגען צווישן די ישׂראלים און די אַמעריקאַנער ייִדן. די קורצזיכטיקייט פֿון די ישׂראלים האָט מיך תּמיד פֿאַרחידושט. אַחוץ די, וואָס האָבן פֿאַרבראַכט אַ גענוג לאַנגע צײַט אין אַמעריקע, פֿאַרשטייען זיי נישט, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן וווינען נישט אין עפּעס אַ פּראָ־ישׂראלדיק שטעטל. אין דער אמתן, זענען זיי אַן אינטעגראַלער טייל פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט.

ס׳רובֿ ישׂראלים פֿאַרשטייען נישט, אַז כּמעט 70 פּראָצענט אַמעריקאַנער ייִדן זענען געטרײַע שטיצער פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי, וועלכע האָבן געשטימט פֿאַר אָבאַמאַ. להיפּוך, האָבן מער ווי 75 פּראָצענט ייִדן געשטימט דווקא קעגן בוש, הגם אין ישׂראל באַטראַכט מען אים ווי אַ גוטן פֿרײַנד.

די באַקאַנטע פּראָגראַם „תּגלית‟, באַקאַנט אויף ענגליש ווי Birthright, לייגט פֿאָר אומזיסטע נסיעות קיין ישׂראל פֿאַר יונגע אַמעריקאַנער ייִדן, כּדי צו באַקענען זיי בעסער מיט דער ישׂראלדיקער ווירקלעכקייט. די אַמעריקאַנער ייִדן האָבן געפּטרט אויף דעם הונדערטער מיליאָן דאָלאַר. עס קאָנען אָבער זײַן, אַז הײַנט דאַרף מען שאַפֿן אַ פֿאַרקערטע פּראָגראַם: צו באַקענען די ישׂראלים בעסער מיטן ייִדישן לעבן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אַדרבה, אויב ישׂראל וויל ווײַטער זיך פֿאַרלאָזן אויף דער אַמעריקאַנער שטיצע, מוזן די ישׂראלים בעסער פֿאַרשטיין די קאָמפּליצירטע סיטואַציע אין אַמעריקע, וווּ די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז דאָך אַ טייל פֿון דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט און זאָרגט זיך וועגן אייגענע ענינים, זײַענדיק אײַנגעוואָרצלטע בירגער פֿון זייער לאַנד.