פּאַלעסטינער מוזן צאָלן אַמעריקאַנער טעראָר־געליטענע 218 מיליאָן דאָלאַר

Palestinian Groups Must Pay US Terrorism Victims $218 Million

כאַנאַן אַשראַווי, אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער „פּי־על־אָ‟, גיט אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ דעם 24סטן פֿעברואַר אין ראַמאַלאַ, אויפֿן מערבֿ־ברעג, אַ טאָג נאָכן פּסק פֿונעם פֿעדעראַלן געריכט אין ניו־יאָרק
Getty Images
כאַנאַן אַשראַווי, אַ פֿאָרשטייערין פֿון דער „פּי־על־אָ‟, גיט אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ דעם 24סטן פֿעברואַר אין ראַמאַלאַ, אויפֿן מערבֿ־ברעג, אַ טאָג נאָכן פּסק פֿונעם פֿעדעראַלן געריכט אין ניו־יאָרק

פֿון ייִט״אַ

Published February 24, 2015, issue of March 20, 2015.

ניו־יאָרק. — דער זשורי אין אַ פֿעדעראַלן געריכט אין מאַנהעטן האָט מאָנטיק געהייסן דער „פּי־על־אָ‟ און דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ צו באַצאָלן מער ווי 218 מיליאָן דאָלאַר אַנטשעדיקונג צו 10 אַמעריקאַנער משפּחות, וועלכע האָבן געליטן פֿון די טעראָריסטישע אַטאַקן אין דער ירושלימער געגנט צווישן די יאָרן 2002 און 2004.

דאָס אַחריות פֿאַר די אַטאַקן טראָגן די „אַל־אַקסאַ מאַרטירער בריגאַדע‟ און „כאַמאַס‟. לויטן אַמעריקאַנער אַנטי־טעראָריזם געזעץ, קאָן די סומע נאָך ווערן דרײַ מאָל גרעסער.

„איצט ווייסן שוין די ׳פּי־על־אָ׳ און די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, אַז מע באַצאָלט אַ פּרײַז פֿאַר שטיצן טעראָריזם,‟ האָט דערקלערט ניצנה דרשן־לײַטנער, אַן אַדוואָקאַטין פֿאַר די אָנקלאָגער בעת אַן אינטערוויו מיט „רויטערס‟, נאָך דעם ווי מע האָט געמאָלדן דעם פּסק.

דער ציווילער מישפּט האָט געדויערט זעקס וואָכן, און האָט אַרײַנגענומען גבֿית־עדות פֿון די לעבן־געבליבענע פֿון די זעלבסטמערדערישע אַטאַקן אין ירושלים. די „פּי־על־אָ‟ און די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ האָבן געזאָגט, אַז זיי וועלן אַפּעלירן דעם פּסק.

בעת די אָנקלאָגער האָבן געטענהט, אַז דער „פּי־על־אָ‟־פֿאָרזיצער יאַסיר אַראַפֿאַט האָט באַפֿוילן צו קאָמפּענסירן די טעראָריסטן און זייערע קרובֿים, האָבן די אַדוואָקאַטן פֿאַר דער „פּי־על־אָ‟ און דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ געזאָגט, אַז די גרופּעס האָבן פֿאַרדאַמט טעראָריסטישע אַטאַקן, און אַז די אַלע אויסצאָלונגען די טעראָריסטן זענען דורכגעפֿירט געוואָרן דורך סתּם אָנגעשטעלטע, אומאָפּהענגיק פֿון די אָרגאַניזאַציעס.

„געלט איז ווי זויערשטאָף פֿאַר טעראָריזם,‟ האָט קענט יאַלאָוויץ, אַן אַדוואָקאַט פֿאַר די משפּחות, געזאָגט, לויט אַ באַריכט אין דער „ניו־יאָרק טײַמס‟. דער אַמעריקאַנער אַנטי־טעראָריזם געזעץ „באַשטראָפֿט יענע, וואָס שיקן אַרויס די טעראָריסטן אויף אַן אופֿן וואָס גיט זיי טאַקע פֿילן: אין דער קעשענע,‟ האָט יאַלאָוויץ צוגעגעבן.

דער אַמעריקאַנער אַנטי־טעראָריזם געזעץ איז אויך געניצט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער, דורך אַ זשורי אין ברוקלין, וואָס האָט געפּסקנט, אַז די „אַראַבישע באַנק‟ טראָגט דאָס אַחריות פֿאַרן פֿינאַנצירן טעראָריזם. די אַנטשעדיקונג אין יענעם ענין וועט באַשטימט ווערן בײַ אַ צווייטן פּראָצעס.