ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published February 25, 2015, issue of March 20, 2015.

דער פּאָרטרעט פֿון הערץ גראָסבאַרד (אַרטור קאָלניק 1930ער יאָרן)
דער פּאָרטרעט פֿון הערץ גראָסבאַרד (אַרטור קאָלניק 1930ער יאָרן)

„וואָרט־קאָנצערטן‟ פֿון הערץ גראָסבאַרד אויף דער אינטערנעץ

די הײַנטיקע טעכנאָלאָגישע מיטלען מאַכן גרינגער דאָס צוצוקומען צו די אוצרות פֿון דער ייִדישער קולטור. ס׳איז שוין פֿאַרבײַ אַ היפּש ביסל צײַט, וואָס מע קען לייענען טויזנטער ביכער אויף דער אינטערנעץ און אויך צוהערן זיך צו רעקאָרדירטע טעקסטן פֿון געוויסע ייִדישע ראָמאַנען. ס׳רובֿ ייִדישע רעקאָרדירונגען, בפֿרט ליטעראַטור, איז אָבער נאָך אַלץ ניט דיגיטאַליזירט געוואָרן.

לעצטנס, האָט מען לאַנצירט אַ נײַעם פּראָיעקט אַרויפֿצושטעלן די באַקאַנטע „וואָרט־קאָנצערטן‟ פֿונעם אויסערגעווענטלעכן ייִדישן אַקטיאָר הערץ גראָסבאַרד (1892־1994) אויף דער אינטערנעץ. וועגן דעם קען מען לייענען גענוי אין שׂרה־רחל שעכטערס אַרטיקל אינעם „פֿאָרווערטס‟. כּדי צו הערן די וואָרט־קאָנצערטן באַזוכט: //www.grosbardproject.com/Grosbard_Project/Home.html

אַ פּירסום־עמבלעם פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג „די מגילה פֿון איציק מאַנגער‟
אַ פּירסום־עמבלעם פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג „די מגילה פֿון איציק מאַנגער‟

„די מגילה פֿון איציק מאַנגער‟ אין בערקלי

דער „נײַער ייִדישער טעאַטער‟ פֿון בערקעלי, קאַליפֿאָרניע וועט פֿאָרשטעלן „די מגילה‟ פֿון איציק מאַנגער (אויף ייִדיש, מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך) ווי אַ טייל פֿונעם אָרטיקן „פֿעסטיוואַל פֿון ייִדישער מוזיק‟. די פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען פֿונעם 26טן פֿעברואַר ביזן 3טן מאַרץ בײַם „ייִדישן קהילה־צענטער פֿונעם׳איסט ביי׳‟ אין בערקלי.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: //www.jewishmusicfestival.org/events/di-megileh.