מעדיצינישע מאַריכואַנע קאָן נאָך קריגן אַ הכשר

Medical Marijuana May Get Kosher Certification

Anya Ulinich

פֿון פּאָל בערגער (Forward)

Published February 25, 2015, issue of March 20, 2015.

ס׳איז זייער מעגלעך, אַז פֿרומע ייִדן אין ניו־יאָרק וועלן אין דער נאָענטער צוקונפֿט קאָנען קריגן כּשרע קאַנאַביס (מאַריכואַנע) — אָבער בלויז אויב אַ דאָקטער פֿאַרשרײַבט עס.

הרבֿ משה עלעפֿאַנט, דער הויפּט פֿון דער הכשר־אַגענטור בײַם „אָו־יו‟ (אָרטאָדאָקסישער פֿאַרבאַנד), האָט געזאָגט, אַז ער פֿירט „פּרעלימינאַרע פֿאַרהאַנדלונגען‟ מיט עטלעכע פֿירמעס, וואָס ווילן קריגן אַ הכשר פֿאַר מעדיצינישער מאַריכואַנע. אין ניו־יאָרק האָט מען בדעה אָנהייבן צו פֿאַרקויפֿן מעדיצינישע מאַריכואַנע אין 2016. מעדיצינישע מאַריכואַנע איז הײַנט לעגאַל אין אַ העלפֿט פֿון די שטאַטן אין אַמעריקע. בלויז געציילטע שטאַטן האָבן לעגאַליזירט מאַריכואַנע אויך פֿאַר פֿאַרווײַלונג. אַ סך פֿון די פּראָ־לעגאַליזאַציע אַקטיוויסטן, פֿילאַנטראָפּן און אונטערנעמער זענען טאַקע ייִדן.

הגם די אָרטאָדאָקסישע רבנים האָבן זיך שוין צוגעוווינט צו דער אידעע, אַז קאַנאַביס האָט מעדיצינישע מעלות, בלײַבן זיי אָבער נעגאַטיוו־געשטימט צו דעם ווי אַ מיטל פֿון פֿאַרווײַלונג. פּראָגרעסיווע ייִדן שטיצן בדרך־כּלל אַ פֿולשטענדיקע לעגאַליזאַציע.

איִען סיב, אַן אייגנטימער פֿונעם ערשטן מאַריכואַנע־געשעפֿט אין דענווער, קאָלאָראַדאָ, וווּ מע האָט לעגאַליזירט די נאַרקאָטיק אין 2012, האָט באַמערקט, אַז די הײַנטיקע ייִדישע אַקטיוויסטן פֿאַר מאַריכואַנע זענען ענלעך צו יענע ייִדן, וועלכע האָבן אַ מאָל אַגיטירט אָפּצושאַפֿן דעם פֿאַרווער קעגן אַלקאָהאָל (די „פּראָהיביציע‟); ווי אויך מיט די ייִדישע אַקטיוויסטן קעגן אַזאַרטשפּילן אין די ערשטע יאָרן פֿון לאַס־וועגאַס, און די ייִדישע קעמפֿער פֿאַר ציווילע רעכט אין די 1960ער יאָרן.

סיב, אַ מיטגליד פֿונעם אָרטיקן צווײַג פֿון דער אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע און פֿון דער „ראָקי מאַונטאָן ייִדישער היסטאָרישער געזעלשאַפֿט‟, האָט באַמערקט: „מיר האָבן באַוויזן דאָ אין קאָלאָראַדאָ, אַז מע קען מאַכן ממשותדיקע געזעלשאַפֿטלעכע ענדערונגען, און די וועלט קערט זיך נישט איבער צוליב דעם.‟

די פּראָגרעסיווע ייִדן באַצייכענען דאָס לעגאַליזירן מאַריכואַנע ווי אַן ענין פֿון סאָציאַלער גערעכטיקייט. זיי טענהן, אַז צוליב די האַרבע אַמעריקאַנער נאַרקאָטיק־געזעצן, ווערן אַ סך מער שוואַרצע און לאַטינאָס אַרעסטירט ווי ווײַסע, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס ווײַסע רייכערן עס פּונקט אַזוי פֿיל ווי זיי.

קלער קאַופֿמאַן, אַ מיטגרינדער פֿון „לאור‟ — אַ נײַע ייִדישע אָרגאַניזאַציע אין אָרעגאַן, וואָס קעמפֿט פֿאַר לעגאַליזירן קאַנאַביס — האָט געזאָגט: „ס׳איז קלאָר, אַז די איצטיקע סיסטעם טויג נישט. עס באַשיצט נישט אונדזערע קינדער; עס פֿאַרקלענערט נישט די צאָל מענטשן וואָס רייכערן עס, און עס פֿאַרשטאַרקט דעם שוואַרצן מאַרק, וואָס איז געפֿערלעך, און מוטיקט די „פֿאַרקויפֿער‟ פֿון מאַריכואַנע אויך צו פֿאַרקויפֿן די מער סכּנותדיקע נאַרקאָטיקן.‟