ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published February 25, 2015, issue of March 20, 2015.

אַ נײַע אויסשטעלונג, געווידמעט דעם ייִדישן טעאַטער אין סאָוועט־רוסלאַנד

די הויפּט־געשעעניש אינעם ייִדישן לעבן פֿון דער וואָך וואָלט איך אָנגערופֿן די עפֿענונג פֿון אַ נײַער אויסשטעלונג. אינעם מלוכישן טעאַטער־מוזיי אויף באַכרושינס נאָמען האָט זיך געעפֿנט די אויסשטעלונג מיטן נאָמען „דאָס בעסטע פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין רוסלאַנד — 1949-1919, ’הבימה‘ און ’גאָסעט‘‟. די עקספּאָזיציע באַשטייט פֿון 6 טיילן, לויטן כראָנאָלאָגישן פּרינציפּ — פֿון דער תּקופֿה פֿון „תּחיה‟ — אָנהייב דעם 20סטן י”ה — ביז די געשעענישן פֿון די „פֿינצטערע יאָרן‟, נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. עס ווערט דערציילט וועגן דעם ייִדישן מאָדערניזם, וואָס פֿון אים זענען אויסגעוואַקסן אויך די צוויי טעאַטערס, און די גרעסטע קולטורעלע אויפֿטוען — „קולטור־ליגע‟, אַנסקיס עקספּעדיציעס, די ערשטע ייִדישע מוזייען, מאַרק שאַגאַלס בילדער און זײַן אַרבעט אין ייִדישן טעאַטער, ווי אויך ווערק פֿון די קינסטלערס: נתן אַלטמאַן, ראָבערט פֿאַלק, אַלכּסנדר טישלער, יצחק ראַבינאָוויטש און אַנדערע. עס ווערן דערציילט אויך די געשיכטעס פֿון די צוויי טעאַטערס — באַזונדערס, פֿון זייערע בעסטע ספּעקטאַקלען, פֿון זייערע רעזשיסאָרן און בעלי־יועצים. מע רעדט וועגן די צוויי טעאַטערס אויך אינעם קאָנטעקסט פֿון דער געשיכטע פֿון די צוויי ייִדישע שפּראַכן, העברעיִש און ייִדיש, און פֿון דער סאָוועטישער געשיכטע.

די בעלי־יועצים פֿון דער אויסשטעלונג זענען די בעסטע רוסיש־רעדנדיקע קענער פֿון דעם ייִדישן טעאַטער אין רוסלאַנד — וולאַדיסלאַוו איוואַנאָוו פֿון רוסלאַנד, דער מחבר פֿון עטלעכע ביכער וועגן „גאָסעט‟ און „הבימה‟ אויף רוסיש, און דער פֿילאָלאָג, קונסט־פֿאָרשער און טעאַטער־פֿאָרשער גריגאָרי קאַזאָווסקי.

אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג ווערן געוויזן פֿילמען מיט די אַקטיאָרן פֿון „גאָסעט‟ און „הבימה‟, און פֿאָרשטעלונגען פֿון די איצטיקע טעאַטערס, אָרגאַניזירטע באַגעגענישן מיט טעאַטער־טוער.

די אויסשטעלונג ווערט געשטיצט דורך דער אַמבאַסאַדע פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד און דעם אייראָ־אַזיאַטישן ייִדישן קאָנגרעס. זי וועט זײַן אָפֿן ביזן 19טן מערץ.

מרדכי ליפּקין
מרדכי ליפּקין

קונסטווערק פֿון מרדכי ליפּקין, אומגעקומען דורך טעראָריסטן אין 1993

נאָך אַן אויסשטעלונג איז יענע וואָך געעפֿנט געוואָרן אין מאָסקווע, אָרגאַניזירט פֿונעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס און דער „סוכנות‟, אין דער גאַלעריע „אַרטעפֿאַקט‟. אויסגעשטעלט ווערן די ווערק פֿון מרדכי ליפּקין, אַ ייִדישער קינסטלער, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע אין 1954, האָט זיך געלערנט מאָלערײַ און איז געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דעם פֿאַרבאַנד פֿון קינסטלער פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד; און גלײַכצײַטיק אַן אָסירובֿניק און אַן אַקטיוויסט פֿון דער ייִדישער אונטערערד. אין 1988 האָט ער עולה געווען אין זיך באַזעצט אין אלון־שבֿות. אין 1993 איז ער אומגעקומען אין אַ טעראָריסטישן אַטאַק. ליפּקינס ווערק דערציילן וועגן דער ייִדישער געשיכטע און תּנ”כישע סוזשעטן. פֿאַר די סאָוועטישע ייִדן, וואָס האָבן געוואָלט זיך מער דערוויסן וועגן ייִדישקייט, זענען ליפּקינס בילדער געווען אַ קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע.

אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע האָבן אָנטייל גענומען די אַמבאַסאַדאָרין פֿון מדינת־ישׂראל אין רוסלאַנד דורית האָלענדער און די הויפּטן פֿונעם רוסלענדישן ייִדישן קאָנגרעס און „סוכנות‟, ווי אויך באַרימטע מענטשן, וואָס האָבן געקענט דעם קינסטלער פּערזענלעך און זײַנע בני־בית.

„אשכּולות‟: רעפֿעראַטן־סעריע וועגן דער דײַטשער־ייִדישער קולטור

דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ איז ממשיך זײַן מיטאַרבעט מיט דעם דײַטשן געטע־אינסטיטוט און האָט אָרגאַניזירט אַ נײַע באַגעגעניש אין דער רעפֿעראַטן־סעריע וועגן דער דײַטשער־ייִדישער קולטור. די באַגעגעניש פֿון דעם 25סטן פֿעברואַר הייסט „אַרענדט־הײַדעגער־בריוו פֿונעם מיטן 20סטן יאָרהונדערט‟ — אַ פּרעזענטאַציע פֿון דער נײַער קאָרעספּאָנדענץ־אויסגאַבע צווישן חנה אַרענדט און מאַרטין הײַדעגער, מיט אַן אויספֿירלעכן קאָמענטאַר. וועגן די צוויי גרויסע פֿילאָסאָפֿן און די באַציִונגען צווישן זיי דערציילן די פֿילאָסאָפֿן: נעלי מאָטראָשילאָוואַ, וואַלערי אַנאַשווילי, יואל רגבֿ און מיכאַיִל מאַיאַצקי; דער פֿילאָלאָג און פּובליציסט גאַסאַן גוסיינאָוו. די רייד גייט וועגן די צוויי גרעסטע פֿילאָסאָפֿן אין דײַטשלאַנד — דער ייִדישער פֿרוי און אַ דײַטש, אַ שׂונא־ישׂראל — פֿון דעם 20סטן יאָרהונדערט אין דעם אָנגעשפּאַנטן היסטאָרישן און פֿילאָסאָפֿישן קאָנטעקסט.

דער פּראָיעקט האָט אויך פֿאַרברייטערט די געאָגראַפֿיע פֿון זײַן טעטיקייט. די וואָך קומט פֿאָר אַ באַגעגעניש אין דעם בנין פֿון „גײַדאַר־אינסטיטוט‟ — אַ פּרעסטיזשפֿולער פּאָליטאָלאָגישער פֿאָרשונג־צענטער אויפֿן נאָמען פֿונעם אַנומלט פֿאַרשטאָרבענעם רוסלענדישן פּאָליטישן טוער.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.