ס׳איז „דזשיהאַד‟, נישט סתּם עקסטרעמיזם

No, Mr. President, It's Jihad

Getty Images

פֿון דזש. דזש. גאָלדבערג (Forward)

Published February 26, 2015, issue of March 20, 2015.

דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, באַראַק אָבאַמאַ, קאָן האָבן אַ פֿײַנעם פּלאַן, לויט וועלכן ער קלײַבט זיך צו באַקעמפֿן דעם „גוואַלד־עקסטרעמיזם‟, ווי ער דריקט זיך אויס. ער האָט אָבער נישט דערקלערט די סיבה פֿון דער פּראָבלעם. אין דעם איצטיקן מאָמענט, איז די אידעאָלאָגיע, וואָס פֿירט דורך טעראָריסטישע אַקטן אַרום דער וועלט, פֿאַרבונדן מיט אַ געוויסער שיטה פֿון איסלאַם, וואָס אירע נאָכפֿאָלגער האַלטן זיך פֿאַר „ריינע‟ אָנהענגער פֿון דער מוסולמענישער רעליגיע.

ווען מע לייענט איבער מיט אויפֿמערק אָבאַמאַס אַנומלטיקע אויפֿטריטן אויף דער דאָזיקער טעמע, פֿאַרשטייט מען גאַנץ קלאָר, פֿאַרוואָס ער האָט אויסגעקליבן אַזאַ טערמינאָלאָגיע. אין דער עסיי, וואָס איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דעם 17טן פֿעברואַר אין דער צײַטונג „לאָס־אַנדזשעלעס טײַמס‟, דערמאָנט ער צוויי טעראָר־אַטאַקן, וואָס די אַמעריקאַנער ווײַסע ראַסיסטן זענען באַגאַנגען נישט לאַנג צוריק אין וויסקאָנסין אין קענזאַס, כּדי צו ווײַזן, אַז עקסטרעמע גוואַלד־טענדענצן טרעפֿן זיך בײַ פֿאַרשיידענע גרופּעס, נישט בלויז בײַ די מוסולעמענער. דעם 19טן פֿעברואַר, האָט ער אויסגעדריקט דעם זעלבן געדאַנק בעת אַ רעדע אין וואַשינגטאָן.

מיט אַ טויזנט יאָר צוריק, האָבן די קריסטלעכע קרייץ־טרעגער מיט זיך טאַקע פֿאָרגעשטעלט אַ גלאָבאַלע סכּנה. דער הײַנטיקער קריזיס איז אָבער פֿאַרבונדן מיט דער שיטה, וואָס די ישׂראלדיקע אויסשפּיר־אינסטאַנצן רופֿן אָן „דער גלאָבאַלער דזשיהאַד‟. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די מעסיקע און ערנסטע מוסולמענער באַטאָנען, אַז דאָס וואָרט „דזשיהאַד‟, וואָס אויף אַראַביש מיינט „קעמפֿן‟, איז אַ סך ברייטער און קאָן אָפּגעטײַטש ווערן ווי אַ גײַסטיקער אמונה־קאַמף. די מיליטאַנטישע קרײַזן פֿאַרשטייען עס אָבער ווי אַ פֿיזישע מלחמה. עס וואָלט, אפֿשר, געווען בעסער אָנצורופֿן די הײַנטיקע טעראָר־פּראָבלעם „דער גלאָבאַלער דזשיהאַדיזם‟.

אָבאַמאַ האָט אויך באַטאָנט, אַז טעראָריזם איז פֿאַרבונדן מיט אָרעמשאַפֿט אָדער מאַכט־דורשט. אין געוויסע פֿאַלן איז עס טאַקע אמת. די טעראָריסטישע אָרגאַניזאַציע ווערבירן אויפֿגעבראַכטע אָרעמע און דערנידעריקטע יונגע־לײַט. פֿונדעסטוועגן, טרעפֿן זיך אויך נישט ווייניק פֿאַרמעגלעכע מענטשן, וואָס שליסן זיך אָן אין „אײַסיס‟ צוליב זייערע פּערזענלעכע לײַדנשאַפֿטלעכע איבערצײַגונגען.

דער פּרעזידענט איז זיכער גערעכט, אַז ס׳רובֿ מוסולמענער אין דער וועלט זענען קעגן „אײַסיס‟, „אַל־קײַדע‟ און אַנדערע גרופּעס פֿון דעם סאָרט, און פֿילן זיך דערשראָקן אין פֿאַרשעמט, ווען געוויסע פּאַרשוינען באַגייען בלוטיקע פֿאַרברעכנס אינעם נאָמען פֿון זייער רעליגיע. פֿונדעסטוועגן, איז קלאָר, אַז די דאָזיקע אַטאַקן זענען נישט צופֿעליקע אויסברוכן, אָבער זענען יאָ פֿאַרבונדן מיט איסלאַם. מע אַטאַקירט כּסדר די סאַטיריקער, וואָס מאַכן חוזק פֿון מוכאַמאַד, און מע פֿאַלן אָן אויף ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, ווײַל זיי ווערן אַסאָציִיִרט מיט דער מוסולמענישער קעגנערשאַפֿט צו ישׂראל.

די צרות מיט די מענטשנרעכט אין די מוסולמענישע לענדער האָבן אויך ווייניק שײַכות צום אויפֿקום פֿון די מיליטאַנטישע גרופּעס, וואָס קעמפֿן דווקא קעגן דער פֿרײַהייט פֿון רעליגיע און וואָרט. די הײַנטיקע מוסולמענישע וועלט לעבט איצט איבער בעצם דעם זעלבן שווערן, טראַוומאַטישן פּראָצעס פֿון מאָדערניזאַציע, וואָס האָט אַרײַנגעשלעפּט אייראָפּע אין אַ בלוט־באָד במשך פֿונעם 16טן־17טן יאָרהונדערט.

די מוסולמענישע וועלט איז פֿאַרשיידנאַרטיק. אַזוי ווי בײַ ייִדן און קריסטן, זענען אין איסלאַם פֿאַראַן כּלערליי חילוקי־דעות און חידושדיקע אינטערפּרעטאַציעס פֿון רעליגיע. אַדרבה, אָבאַמאַ דאַרף נישט אַרויפֿצווינגען זײַן דעפֿיניציע פֿונעם „ריכטיקן איסלאַם‟ אויף די מוסולמענער. זיי אַליין דאַרפֿן פּסקענען, אַז די מיליטאַנטישע דזשיהאַדיסטן זענען סכּנותדיק און „טרייף‟.