ביראָבידזשאַן איז אויף אַ שיידוועג

Birobidzhan At the Crossroads

דער רוסלענדישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין (לינקס) און אַלכּסנדר לעווינטאַל, דער נײַער גובערנאַטאָר פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט
דער רוסלענדישער פּרעזידענט וולאַדימיר פּוטין (לינקס) און אַלכּסנדר לעווינטאַל, דער נײַער גובערנאַטאָר פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט

פֿון גענאַדי עסטרײַך

Published February 27, 2015, issue of March 20, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

דעם דאָזיקן דעמאָגראַפֿישן פּאַראַדאָקס האָט לעצטנס קאָמענטירט איינער פֿון די פּאַטריאַרכן פֿון רוסישער פּאָליטיק — יעווגעני פּרימאַקאָוו. וועגן דעם דאָזיקן מענטש, וואָס האָט פֿאַרנומען פֿאַרשיידענע הויכע שטעלעס און איז אַמאָל אַפֿילו געווען דער פּרעמיער־מיניסטער פֿון רוסלאַנד, האָט מען ניט איין מאָל געשריבן ווי וועגן אַ פֿאַרשטעלטן ייִדן. אַזוי צי אַזוי, אָבער דער 85־יאָריקער געוועזענער יאַטעבע־דאַם — אַ ייִד, אַ שטיקל ייִד, כּלומרשט אַ ייִד צי ניט קיין ייִד בכלל — האָט אין יאַנואַר ערגעץ אַ זאָג געטאָן, אַז ס’איז געקומען די צײַט עפּעס צו טאָן מיט דער געגנט, וואָס טראָגט אַ ייִדישן נאָמען, אָבער קיין ייִדן האָט זי כּמעט ניט.

אין ביראָבידזשאַן האָבן פּרימאַקאָווס ווערטער געמאַכט אַן אמתן טאַראַראַם. די זאַך איז, אַז ביז 1990 איז די ייִדישע אויטאָנאָמער געגנט געווען אַדמיניסטראַטיוו פֿאַרבונדן מיט דער מאָסקווער אַדמיניסטראַציע ניט דירעקט, נאָר דורך דעם אַפּאַראַט פֿון אַן אַנדער געגנט — דער כאַבאַראָווסקער. דאָס הייסט, אַז פֿאַקטיש איז עס געווען אַ געגנט אין אַ געגנט. פּראַקטיש האָט עס געמיינט, אַז אין כאַבאַראָווסק האָבן געקענט בלײַבן די סאַמע פֿעטע שטיקער פֿונעם אויסגעטיילטן מלוכישן בודזשעט. אין יאָר 1990 איז געקומען די באַפֿרײַונג פֿון דער דאָזיקער פֿאַרבינדונג. איצט אָבער רעדט מען וועגן ווידער צוטשעפּען די דאָזיקע געגנט צו עפּעס אַן אַנדער טעריטאָריעל־אַדמיניסטראַטיווער סטרוקטור, אפֿשר צו דעם זעלבן כאַבאַראָווסק.

שרעקט מען זיך אין ביראָבידזשאַן, אַז פּרימאַקאָוו האָט עס געזאָגט ניט סתּם אַזוי, אין דער וועלט אַרײַן, נאָר אַז דערמיט האָט ער, אַ מענטש מיט פֿאַרבינדונגען אין די סאַמע הויכע פֿענצטער, אפֿשר אַנטפּלעקט דעם פּלאַן, וואָס באָמבלט זיך אין די מוחות פֿון וולאַדימיר פּוטינס מקורבֿים צי — שרעקלעך אַפֿילו טראַכטן וועגן דעם — אַפֿילו אין דעם הויפּט־מוח אַליין. מע שרעקט זיך, ווײַל מע וויל ניט ווידער אַ מאָל באַקומען שיריים פֿון דעם כאַבאַראָווסקער צי אַן אַנדערן „רבי־טיש‟. כּלערליי אינטערנעץ־זײַטלעך זײַנען שוין פֿול מיט באַוואָרענישן פֿון ביראָבידזשאַנער פּני, אַז זיי וועלן אַזאַ באַשלוס אויפֿנעמען ווי אַ גזירה.

אַ סבֿרא, אַז מע פּרוּווט הײַנט צו געפֿינען אַ טײַטש אין דעם באַשלוס צו פֿאַרבײַטן דעם גובערנאַטאָר. אפֿשר איז אַלכּסנדר לעווינטאַל דער נייטיקער מענטש דורכצופֿירן אַזאַ אָפּעראַציע. אַ נאָמען טראָגט ער אַ גוטן, אַ ייִדישן, אַזוי אַז עס וועט ניט אויסזען ווי אַן אַנטי־סעמיטישע אַקציע; בפֿרט נאָך, אַז סײַ די געגנט און סײַ די אַקציע (טאָמער וועט זי טאַקע דורכגעפֿירט ווערן) האָבן נאָר לפּנים עפּעס אַ שײַכות צו ייִדן.

צוריק גערעדט, זײַנען עס אפֿשר נאָר קלאַנגען. אין רוסלאַנד מאַכט מען דאָך אַלץ בסוד־סודות, דער עולם ווייסט ניט, וואָס עס קאָכט זיך אין דער אמתן אויף דער פּאָליטישער קיך אין מאָסקווע. און אַז מע האָט ניט קיין פֿאַרלאָזלעכע אינפֿאָרמאַציע, וואַקסט אַרום יעדע געשעעניש מיט בויך־סבֿרות.