אויף ייִדיש זאָגט מען: מיידאָף האָט זיך עס „כּשר פֿאַרדינט‟!

How to Say “Madoff Deserved It!” in Yiddish


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published February 27, 2015, issue of March 20, 2015.

אונדזער ייִדישער ווערטער־אוצר האָט אויפֿגעהערט עולה־רגל זײַן; זעט אויס, אַז מיר זײַנען געווען גבֿירים און געטראָגן געלאַטעטע שיך. אונדזער שענסטער גאַנג איז געווען, ווען מיר זײַנען געזעסן אין דער היים מיטן קאָפּ אין הימל און די פֿיס אויף דער ערד. הײַנט זיצט מען שוין נישט אין דער היים, און אונדזערע ווערטער בלאָנקען אַרום נע־ונעד, זוכן אַ מקום־מיקלט.

האָב איך באַשלאָסן, צו וואָס פּריאַזשען זיך אין זיי, שליס אויף די וואַליזקע און נעם זיי אַרויס אויף באַשוי.

דאָס ערשטע וואָרט, וואָס איז מיר געקומען אויפֿס־קאָפּ, איז געווען „כּשר‟. דאָס איז אַ וואָרט וואָס דרייט זיך אַרום פֿראַנק און פֿרײַ איבער אַלע ייִדישע גאַסן און אַלע זײַנען פּאַן־בראַט מיטן כּשר־וישר למהדרין פֿון אַ משגיח. אָבער וויפֿל פֿון אײַך ווײסן, ווי מיר האָבן זיך אַן עצה געגעבן מיטן וואָרט „כּשר‟? איז הערט:

„ער האָט זיך עס כּשר פֿאַרדינט‟ — „כּשר‟ האָט פֿאַרמאָגט בײַ אונדז צווייערליי טײַטשן. אויב דער מענטש האָט זיך סוף־כּל־סוף אַרויפֿגעאַרבעט נאָך שווערער פּראַצע, האָט ער זיך עס „כּשר פֿאַרדינט‟.

אויב אָבער ער האָט באַשווינדלט, באַראַבעוועט לויטן נוסח מיידאָף, מיט זײַנע שמד־שטיק און צוגעשטעלט זײַנע קונים אַ פֿיפֿטן שולחן־ערוך, האָט מען אים פֿאַרמישפּט אויף מתושלחס יאָרן. מתושלח, זאָלט איר וויסן זײַן, האָט געלעבט 900 יערעלעך. זיצט דער מיידאָף, הייסט עס, הײַנט אין דער חד־גדיא און לעקט נישט קיין האָניק, ער האָט עס זיך „כּשר פֿאַרדינט‟.

חזירים זײַנען באַצייכנט געוואָרן בײַ ייִדן ווי טריף־פּסול, מסתּמא האָבן זיי אין די ביבלישע צײַטן געבראַכט עפּידעמיעס מיט צרות און לײַד. האָט מען אונדז פֿאַרבאָטן צו עסן חזיר. אָבער ייִדן אין שטעטל האָבן געלעבט מיט אַן איבערגלויבן. איז הערט: ווען חזרים האָבן געליטן פֿון אַן עפּידעמיע, האָבן ייִדן געפֿאַסט, וואָס הייסט געפֿאַסט? ממש אויף אויסצוגיין. פֿאַרוואָס האָבן זיי געפֿאַסט? ס’ווײַזט זיך אַרויס, אַז חזירים פֿאַרמאָגן אַ האַרץ וואָס איז שטאַרק ענלעך צו אַ מענטשנס האַרץ. ייִדן האָבן געוווּסט איין זאַך, אויב דער מלאך־המות האָט באַשלאָסן אָפּצושטאַטן אַ וויזיט אין שטעטל, זאָל ער זיך טועה זײַן און אַנשטאָט איינעם פֿון אונדזערע אחינו־בני־ישׂראל, מיטנעמען מיט זיך אַ חזיר.

הײַנט באַנוצט מען זיך מיט אינסולין פֿאַר דיאַבעטיקער, וואָס אַנטהאַלטן עלעמענטן פֿון אַ חזיר; כירורגיש פֿירט מען אַדורך אַ צײַטווײַליקע האַרץ־איבערפֿלאַנצונג מיטן האַרץ פֿון אַ חזיר, בעת מען וואַרט אויף אַ פּאַסיק האַרץ פֿון אַ מענטשן, וואָס איז טראַגיש אומגעקומען…

און אַז מיר פֿאַרמאָגן חזירישע מענטשן, איז עס נישט דורך איבערפֿלאַנצונגען, נאָר ווי אַ געבורט־פֿעלער. אַ מענטש וואָס איז נישט ערלעך, אַ שאַרלאַטאַן, רופֿט מען אים חזיר־פֿיסל. און אַז איר באַזוכט „די דאָרמס‟, די צימערן פֿון די סטודענטן אין קאָלעדזש, קען איך אײַך פֿאַרזיכערן, אַז איר וועט געפֿינען דאָרט אַן אמתן חזיר־שטאַל.



Would you like to receive updates about new stories?








You may also be interested in our English-language newsletters:















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.