„אַמנעסטי‟: ישׂראל און „כאַמאַס‟ זענען ביידע שולדיק

Amnesty Int’l: Israel and Hamas Committed War Crimes

די פּאַלעסטינער דעמאָנסטראַנטן שטויסן זיך צוזאַמען מיט די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן בעת אַ פּראָטעסט קעגן די ייִשובֿים דעם 26סטן פֿעברואַר, לעבן דעם דאָרף אַזון אויפֿן מערבֿ־ברעג.
Getty Images
די פּאַלעסטינער דעמאָנסטראַנטן שטויסן זיך צוזאַמען מיט די ישׂראלדיקע סאָלדאַטן בעת אַ פּראָטעסט קעגן די ייִשובֿים דעם 26סטן פֿעברואַר, לעבן דעם דאָרף אַזון אויפֿן מערבֿ־ברעג.

פֿון ייִט״אַ

Published February 27, 2015, issue of March 20, 2015.

די אָרגאַניזאַציע „אַמנעסטי אינטערניישענעל‟ האָט באַשולדיקט סײַ ישׂראל, סײַ „כאַמאַס‟, אינעם באַגיין מלחמה־פֿאַרברעכנס בעת דעם לעצטן עזה־קאָפֿליקט דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער.

מיטוואָך, דעם 25סטן פֿעברואַר, איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דער יערלעכער באַריכט פֿון „אַמנעסטי אינטערניישענעל‟, וואָס פֿאַרנעמט 415 זײַטלעך. אין דעצעמבער, האָט די אָרגאַניזאַציע באַטאָנט, אַז בעת דעם מיליטערישן אַטאַק אינעם עזה־פּאַס האָט די ישׂראלדיקע אַרמיי זיך באַצויגן מיט גלײַכגילט צו דער פּאַלעסטינער באַפֿעלקערונג און איז געווען פֿאַרמישט אין מלחמה־פֿאַרברעכנס. אינעם איצטיקן דאָקומענט שטייט געשריבן די זעלבע טענה. לויטן באַריכט, זענען בעת די צה״ל־אָפּעראַציעס אין יולי און אויגוסט אַטאַקירט געוואָרן באַוווינטע הײַזער, וווּ עס זענען צומאָל דערהרגעט געוואָרן גאַנצע משפּחות, ווי אויך מעדיצינישע אַנשטאַלטן און שולן.

אין דער זעלבער צײַט, האָט „אַמנעסטי אינטערניישענעל‟ דערקלערט אינעם באַריכט, אַז „כאַמאַס‟ האָט באַשאָסן די ישׂראלדיקע ציווילע באַפֿעלקערונג מיט ראַקעטן, אומבענגענדיק זעקס מענטשן, און דערהרגעט לכל־הפּחות 23 ציווילע פּאַלעסטינער, וועלכע זענען באַשולדיקט געוואָרן אין קאָלאַבאָראַציע מיט ישׂראל.

אַ וואָרטזאָגער פֿונעם ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום האָט קריטיקירט דעם באַריכט און געטענהט, אַז דער דאָזיקער דאָקומענט רעפּרעזענטירט אַן איינזײַטיקע פּערספּעקטיוו, ווײַל אינעם דאָקומענט ווערט נישט דערמאָנט, אַז צענדליקער טויזנט ישׂראלים האָבן געליטן, בפֿרט בעת דער מלחמה, פֿון די ראַקעט־באָמבאַרדירונגען.

אינעם באַריכט ווערן פּרטימדיק געשילדערט פֿאַרשיידענע עוולות קעגן די מענטשנרעכט אין 160 לענדער, אַרײַנגערעכנט די פֿאַראייניקטע שטאַטן. די אָרגאַניזאַציע האָט אויך קריטיקירט די „יו־ען‟ און באַמערקט, אַז דאָס פֿאַרגאַנגענע יאָר איז געווען אַ געפֿערלעכע צײַט פֿאַר די, וואָס פֿאַרטיידיקן די בירגערלעכע רעכט אָדער וווינען אין די זאָנעס פֿון באַוואָפֿנטע קאָנפֿליקטן.