דער קאַנאַדער פּאַרלאַמענט פֿאַרדאַמט אַנטיסעמיטיזם

Canada’s Parliament Condemns Anti-Semitism

דזשייסאָן קעני, דער מיניסטער פֿון מולטיקולטוראַליזם
דזשייסאָן קעני, דער מיניסטער פֿון מולטיקולטוראַליזם

פֿון ייִט״אַ

Published February 27, 2015, issue of March 20, 2015.

דער קאַנאַדער פּאַרלאַמענט האָט איינשטימיק אָנגענומען אַ רעזאָלוציע קעגן דעם אויפֿשטײַג פֿון אַנטיסעמיטיזם אַרום דער וועלט. דעם 24סטן פֿעברואַר, נאָך אַ לאַנגער דיסקוסיע, וואָס האָט געדויערט פֿיר שעה, האָט די אונטערשטער פּאַלאַטע פֿונעם פּאַרלאַמענט פֿאַרדאַמט „דעם אַלאַרמירנדיקן וווּסק‟ פֿון אַנטיסעמיטישע אינצידענטן.

אין דער רעזאָלוציע ווערן דערמאָנט אַזעלכע געשעענישן, ווי די אָנפֿאַלן אויף שילן און ייִדישע קהילה־צענטערס מיט פֿײַער־פֿלעשער; די צעשעדיקונג פֿון חורבן־דענקמעלער און קבֿרים; העסלעכע אויפֿרופֿן אומצוברענגען מדינת־ישׂראל און ייִדן; ווי אויך בפֿירושע טעראָריסטישע אַטאַקן.

אינעם דאָקומענט ווערט באַטאָנט, אַז דער „אָטאַווער פּראָטאָקאָל‟ קעגן אַנטיסעמיטיזם איז אַ וויכטיקער מאָדעל, וואָס דאַרף אָנגענומען ווערן אין קאַנאַדע און לגבי די אַנדערע לענדער. די רעזאָלוציע רופֿט די קאַנאַדער רעגירונג צו באַקעמפֿן ווײַטער סײַ די אָרטיקע, סײַ די אויסלענדישע אַנטי־ייִדישע שטימונגען און טאַטן. די מחברים האָבן צוגעגעבן, אַז די דאָזיקע פּראָבלעם איז נישט בלויז אַ סכּנה פֿאַר ייִדן, נאָר אַן עוולה קעגן די דעמאָקראַטישע ווערטן און מענטשנרעכט.

די נײַע רעזאָלוציע באַשטעטיקט די פּאָזיציע פֿונעם דערמאָנטן „אָטאַווער פּראָטאָקאָל‟ פֿונעם יאָר 2010, אַז די קריטיק פֿון ישׂראל איז בעצם נישט אַנטיסעמיטיש און טאָר נישט באַטראַכט ווערן ווי אַ פֿאָרעם פֿון אַנטיסעמיטיזם. דער דאָקומענט דערקלערט אָבער ווײַטער, אַז ווען מע קריטיקירט דווקא ישׂראל, אָדער ווען מע לייקנט אָפּ דאָס רעכט דווקא פֿון דער דאָזיקער מלוכה צו עקזיסטירן, צי מע רופֿט עס צו צעשטערן, טראָגט עס יאָ אַ דיסקרימינאַטאָרישן און העסלעכן טעם.

ווי פּראַקטישע מיטלען פֿונעם קאַמף קעגן אַנטיסעמיטיזם, האָט דער פּאַרלאַמענט גערופֿן די רעגירונג אין אָטאַווע צו פֿאַרברייטערן די באַציִונגען מיטן ציבור, קהילה־גרופּעס, לערער און אַנדערע צווײַגן פֿון דער רעגירונג, כּדי צו פֿאַרשפּרייטן די ווערטן פֿון דרך־ארץ, טאָלעראַנץ און דאָס קעגנזײַטיקע פֿאַרשטענדעניש.

די פֿיר־שעהיִקע דעבאַטן האָט אָנגעהויבן דזשייסאָן קעני, דער מיניסטער פֿון מולטיקולטוראַליזם, און דער ליבעראַלער דעפּוטאַט אירווין קאָטלער, אַ געוועזענען מיניסטער פֿון יוסטיץ און אַ וועלט־באַוווּסטער פֿאַרטיידיקער פֿון מענטשנרעכט, וועלכער איז נישט לאַנג צוריק אויפֿגעטראָטן אויף דער ערשטער ספּעציעלער סעסיע קעגן אַנטיסעמיטיזם בײַ דער גענעראַל־אַסאַמבלעע פֿון דער „יו־ען‟.