רעפּובליקאַנער גובערנאַטאָר־קאַנדידאַט אין מיזורי באַגייט זעלבסטמאָרד

Missouri Gubernatorial Candidate Commits Suicide

טאָם שווײַך
טאָם שווײַך

פֿון ייִט״אַ

Published February 27, 2015, issue of March 20, 2015.

טאָם שווײַך, אַ רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט פֿאַר גובערנאַטאָר אין מיזורי, האָט, אַ פּנים, זיך גענומען דאָס לעבן, נאָך דעם ווי ער האָט איבערגעגעבן זשורנאַליסטן, אַז אַ הויך־ראַנגיקער מיטגליד פֿון דער פּאַרטיי פֿירט אַ שטילע אַנטיסעמיטישע קאַמפּאַניע קעגן אים.

שווײַך, וואָס האָט געדינט ווי דער שטאַט־רעוויזאָר, האָט געהערט צו דער עפּיסקאָפּאַלער קירך, אָבער זײַן זיידע איז געווען אַ ייִד. ער איז געפֿונען געוואָרן, דערשאָסן אויף טויט, אין זײַן הויז אין אַ פֿאָרשטאָט פֿון סיינט־לויִס.

דעם זעלבן אינדערפֿרי האָט שווײַך געהאַט פֿאַרבעטן אַן אָרטיקן זשוראנאַליסט, טאָני מעסענדזשער, און אַ רעפּאָרטער פֿון דער „איי־פּי‟ צו זײַן הויז. אין אַ טעלעפֿאָנישן אָנזאָג, וואָס שווײַך האָט איבערגעלאָזט פֿאַר מעסענדזשער, זאָגט ער: „מיר דאַכט זיך, אַז עס רעדט זיך דאָ וועגן אַן ענין פֿון רעליגיע, נישט פּאָליטיק, אָבער דאָס געווענדט זיך אינעם רעפּאָרטער, וואָס איר וועט אויסקלײַבן פֿאַר דעם באַריכט.‟

במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע עטלעכע טעג האָט שווײַך געהאַט דערקלערט, אַז דזשאָן האַנקאָק, דער הויפּט פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי אין מיזורי, פֿאַרשפּרייט קלאַנגען צווישן פּאָטענציעלע מנדבֿים, אַז שווײַך איז אַ ייִד. שווײַך האָט געזאָגט מעסענדזשער, אַז האַנקאָק פּרוּווט צו שטערן זײַנע שאַנסן אין די נאָמיניר־וואַלן צוצוציִען די עוואַנגעלישע קריסטלעכע וויילער.

„איך געדענק דאָס נישט,‟ האָט האַנקאָק דאָנערשטיק געזאָגט דער „איי־פּי‟. „ס׳איז אָבער יאָ מעגלעך, אַז איך האָב עמעצן געזאָגט, אַז טאָם איז אַ ייִד, ווײַל אַזוי האָט זיך מיר געדאַכט, אָבער אויב יאָ, וואָלט איך עס נישט געז אָגט אויף אַ פּעיאָראַטיוון אופֿן.‟

אין אַן אַרטיקל אינעם „סיינט־לויִס פּאָסט־דיספּאַטש‟ וועגן שווײַך, אַ טאָג נאָך זײַן טויט, האָט מעסענדזשער געשריבן, אַז שווײַך איז דווקא געווען שטאָלץ מיט זײַנע ייִדישע וואָרצלען, און אַז זײַן זיידע „האָט אים געלערנט, אַז ער זאָל קיין מאָל נישט נאָכגעבן דעם אַנטיסעמיטיזם‟.

די „פּאָסט־דיספּאַטש‟ האָט אויך איבערגעגעבן, אַז שווײַך האָט זיך שוין געהאַט פֿאַרבונדן מיט דער „אַנטי־דעפֿאַמאַציע ליגע‟ וועגן דעם ענין.