אַקטיאָר לענאַרד נימוי, געשטאָרבן צו 83 יאָר

Actor Leonard Nimoy Dies at 83

לענאַרד נימוי קומט אָן צו דער פּרעמיערע פֿונעם פֿילם „סטאַר טרעק‟, דעם 30סטן אַפּריל 2009, אין האָליוווּד, קאַליפֿאָרניע
Getty Images
לענאַרד נימוי קומט אָן צו דער פּרעמיערע פֿונעם פֿילם „סטאַר טרעק‟, דעם 30סטן אַפּריל 2009, אין האָליוווּד, קאַליפֿאָרניע

פֿון דער „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published February 27, 2015, issue of March 20, 2015.

(שײַכותדיקע אַרטיקלען: http://yiddish2.forward.com/node/3466; http://yiddish2.forward.com/node/4836)

לענאַרד נימוי, דער אַקטיאָר וואָס איז צום מערסטן באַקאַנט פֿאַר זײַן ראָלע ווי מיסטער ספּאַק אין דער באַרימטער טעלעוויזיע־פּראָגראַם „סטאַר טרעק‟, איז פֿרײַטיק ניפֿטר געוואָרן אין זײַן היים אין לאָס־אַנדזשעלעס. ער איז געווען 83 יאָר אַלט.

זײַן פֿרוי, סוזען, האָט באַשטעטיקט זײַן פּטירה, זאָגנדיק, אַז די סיבה איז געווען כראָנישער עמפֿעסעמאַ־בראָנכיט. נימוי האָט פֿאַראַיאָרן געמאָלדן, אַז ער לײַדט דערפֿון, און אַז ס׳איז, אַ פּנים, אַ רעזולטאַט פֿון זײַן האָבן יאָרן לאַנג גערייכערט פּאַפּיראָסן.

הגם נימוי איז אויך געווען אַ פּאָעט, פֿאָטאָגראַף און מוזיקער, האָט זײַן שילדערונג פֿון מיסטער ספּאַק — אַ באַשעפֿעניש מיט שפּיציקע אויערן פֿון דער פֿיקטיווער ראַסע „וווּלקאַן‟ — אים געמאַכט ממש פֿאַר אַ פֿאָלקסהעלד. יאָרן נאָך דער אַנולירונג פֿון „סטאַר טרעק‟, האָבן די אָנהענגער פֿון דער טעלעוויזיע־פּראָגראַם זיך געטראָפֿן רעגלמעסיק אויף „טרעקי‟־קאָנפֿערענצן. די כּמעט־קולטישע פֿאַרגעטערונג פֿון דער פּראָגראַם און פֿון מיסטער ספּאַק בפֿרט האָט זיך נאָך מער פֿאַרשפּרייט, נאָך אַ ריי „סטאַר טרעק‟־פֿילמען און אַ באַנײַונג פֿון דער טעלעוויזיע־סעריע, מיט אַנדערע אַקטיאָרן.

נימוי איז געבוירן געוואָרן אין באָסטאָן אין 1931, דער צווייטער זון פֿון פֿרומע ייִדיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן פֿון אוקראַיִנע. זײַן טאַטע האָט געאַרבעט ווי אַ שערער.

אָנהייבנדיק פֿונעם עלטער פֿון 8 יאָר, האָט לענאַרד אויפֿגעטראָטן אין אָרטיקע טעאַטראַלישע פּראָדוקציעס און אין 1949 איז ער געפֿאָרן קיין האָליוווּד, וווּ ער האָט געשפּילט זײַטיקע ראָלעס אין טעלעוויזיע־פּראָגראמען ווי The Twilight Zone. זײַן ערשטע פֿילמראָלע האָט ער באַקומען אין 1952, ווי אַ פֿאַרקריפּלטער איטאַליענישער פֿירער פֿון אַ באַנדע כוליגאַנעס, וועלכער ווערט אַ באָקסער, אינעם פֿילם Kid Monk Baroni.

נימוי האָט געדינט אין דער אַרמיי צוויי יאָר, וווּ ער האָט אויפֿגעטראָטן אין פֿאָרשטעלונגען פֿאַר די אַנדערע סאָלדאַטן. ער האָט זיך אומגעקערט קיין קאַליפֿאָרניע, און אין די שפּעט־1950ער יאָרן און אָנהייב־1960ער האָט ער אָנגעהויבן קריגן אַלץ מער ראָלעס אין טעלעוויזיע־פּראָגראַמען. נאָכן באַקומען די ראָלע פֿון מיסטער ספּאַק, איז נימוי שוין געוואָרן וועלט־באַרימט.

נימוי האָט געקענט ייִדיש און האָט ליב געהאַט צו דערציילן וועגן זײַנע קינדעריאָרן אין אַ פֿרומער ייִדישער משפּחה. יאָרן נאָך „סטאַר טרעק‟, האָט ער דערקלערט, אַז דער באַגריסונג־סימבאָל, וואָס מיסטער ספּאַק האָט געניצט אויף דער פּראָגראַם, איז געווען זײַן אייגענער אײַנפֿאַל, אינספּירט פֿונעם האַנט־סימבאָל, וואָס די כּהנים ניצן בײַם דוכענען יום־טובֿ אין שיל.