די סודות פֿונעם ייִדישן בראַונסוויל

The Secrets of Jewish Brownsville

טעאָדאָר הערצל האָט אינספּירירט די וואַנט־מאָזאַיִק אין בראַונסוויל
Project Groundswell
טעאָדאָר הערצל האָט אינספּירירט די וואַנט־מאָזאַיִק אין בראַונסוויל

פֿון דינה יעלין (Forward)

Published March 01, 2015, issue of March 20, 2015.

במשך פֿון די לעצטע 6 יאָר, איז וויליאַם העלמרײַך אַרומגעגאַנגען צופֿוס, בסך־הכּל, 6,048 מײַל אויף די גאַסן פֿון מאַנהעטן. שפּאַצירנדיק יעדע וואָך בערך 30 מײַל, האָט ער באַזוכט ממש יעדן ווינקל פֿון דער שטאָט, ווי אַ טייל פֿון זײַן פֿאָרשונג. העלמרײַך אַרבעט שוין אַ סך יאָר ווי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון סאָציאָלאָגיע בײַם ניו־יאָרקער שטאָט־אוניווערסיטעט (CUNY). ער האַלט, אַז כּדי צו באַקענען זיך, ווי געהעריק, מיט די שטאָטישע ראַיאָנען, מוז מען אַרומגיין דווקא צופֿוס און אין פֿאַרשיידענע צײַטן פֿונעם מעת־לעת.

מיט צוויי יאָר צוריק, האָט דער פֿאַרלאַג פֿונעם פּרינסטאָן־אוניווערסיטעט אַרויסגעגעבן העלמרײַכס בוך „דער ניו־יאָרק, וואָס קיינער ווייסט נישט: אַ 6,000־מײַליקע שפּאַציר איבער דער שטאָט‟, וווּ ער דערציילט זייער פּרטימדיק וועגן יעדן מאַנהעטענער ווינקל און הײַפֿל. דאָס איצטיקע בוך, וועגן ברוקלען, איז אַ המשך.

איך בין געווען זייער צופֿרידן, ווען דער 69־יאָריקער פּראָפֿעסאָר האָט מיר פֿאָרגעלייגט צו כאַפּן אַ שפּאַציר צוזאַמען מיט אים. ווי אַ תּושבֿטע פֿון ניו־דזשערזי, באַזוך איך נישט ניו־יאָרק צו אָפֿט. איך בין געווען זייער נײַגעריק צו זען, וואָס דער פּראָמינענטער פֿאָרשער וועט מיר ווײַזן.

העלמרײַך האָט מיך געבראַכט אין אַן אומדערוואַרטן ראַיאָן אין מיזרחדיקן ברוקלין: בראַונסוויל, צווישן קראַון־הײַטס און בושוויק. דאָס איז איינע פֿון די אָרעמסטע געגנטן, וווּ כּמעט 40 פּראָצענט אײַנוווינער לעבן אונטער דער אָרעמשאַפֿט־ליניע. לויט אַ באַריכט פֿונעם יאָר 2014, האָט די אָרטיקע פּאָליציי רעקאָרדירט דאָרטן מער שיסערײַ־אינצידענטן, ווי וועלכער־ניט־איז אַנדער ניו־יאָרקער ראַיאָן.

ווייניק מענטשן ווייסן, אַז בראַונסוויל איז אַמאָל געווען אַ באַקאַנטע ייִדישע געגנט. ווען דער „איסט־סײַד‟, דער דרום־מיזרחדיקער טייל פֿון מאַנהעטן, איז געוואָרן צו פֿאַרפּאַקט, האָבן אַ סך ייִדן זיך אַריבערגעפּעקלט אין דער דאָזיקער ברוקלינער געגנט. דעמאָלט איז עס געווען אַ פֿאָרשטאָט. דערנאָך, אין די 1950ער יאָרן, האָט זיך אין בראַונסוויל באַזעצט אַ כוואַליע אײַנוואַנדערער פֿון די דרומדיקע שטאַטן און פּוערטאָ־ריקאָ.

דער גיכער וווּקס פֿון דער באַפֿעלקערונג האָט גורם געווען אַ סך שוועריקייטן דער שטאָטישער אינפֿראַסטרוקטור. די אַרבעטלאָזיקייט און פֿאַרברעכנס זענען געשטיגן, און די ייִדן האָבן אָנגעהויבן זיך אַרויסציִען פֿון בראַונסוויל. במשך פֿון די 1960ער יאָרן, האָבן זיך כּמעט אַלע געוועזענע ייִדישע תּושבֿים באַזעצט אין די אַנדערע ברוקלינער געגנטן: קאַנאַרסי, פֿלעטבוש און שיפּסעד־ביי.

אויף דער גאַס, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון טעאָדאָר הערצל, האָט העלמרײַך מיר געוויזן אַ מאָזאַיִק, וווּ דער „פֿאָטער פֿון ציוניזם‟ געפֿינט זיך צווישן עטלעכע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער העלדן. דאָס גאַנצע קונסט־ווערק איז באַגלייט מיט הערצלס באַרימטער פֿראַזע: „אויב איר ווילט, איז עס נישט קיין חלום‟. ס׳זעט אויס, אַז דער דאָזיקער פּערסאָנאַזש איז פּאָפּולער צווישן אַ גרופּע יונגע אָרטיקע תּושבֿים, וועלכע האָבן געשאַפֿן דאָס דאָזיקע ווערק אינעם יאָר 2014 ווי אַ טייל פֿונעם „פּראָיעקט גראַונדסוועל‟, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט פּראָבלעמאַטישע קינדער.

דער פּראָפֿעסאָר איז דערצויגן געוואָרן אין אַן אָרטאָדאָקסישער משפּחה און זאָגט, אַז ער איז אַ טראַדיציאָנעלער ייִד און אַ ציוניסט. ווען ער איז געווען אַ קינד, פֿלעגט זײַן טאַטע, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, שפּאַצירן צוזאַמען מיטן זון איבער דער גאַנצער שטאָט — אָנהייבנדיק דער 103טער גאַס אין מאַנהעטן און פֿאָלגנדיק די ליניעס פֿון מעטראָ ביז דער סאַמע לעצטער סטאַנציע. דאָס האָט שפּעטער אַרויסגערופֿן בײַ העלמרײַכן אַן אינטערעס צו זײַנע צופֿוסיקע פֿאָרשונגען.

העלמרײַך האָט איבערגעגעבן, אַז ווען ער שפּאַצירט בײַנאַכט אין די סאַמע סכּנותדיקע ראַיאָנען, מיינט דער עולם כּסדר, אַז ער איז אַ פּענסיאָנירטער פּאָליציאַנט. דערפֿאַר לאָזן אים די כוליגאַנען צו רו, ווען ער באַגריסט זיי און קוקט אויף זייערע פּנימער. אַן אַנדער ספּעציפֿישע חכמה, מיט וועלכער ער האָט זיך באַקענט בעת זײַנע לאַנגע שפּאַצירן, איז ווי אַזוי צו געפֿינען די וואַשצימערן, וואָס טרעפֿן זיך נישט אַזוי גרינג אויף יעדן ווינקל. למשל, ווען מע קומט אַרײַן אין אַ רײַכן רעסטאָראַן, קאָן מען קודם־כּל פֿרעגן דעם בעל־הבית, צי מע קאָן דאָרטן אָרגאַניזירן אַן אָוונט פֿאַר אַ סך געסט. דעמאָלט וועט דער בעל־הבית דערלאָזן אײַך צו באַנוצן זיך מיטן בית־כּסא.

נישט ווײַט פֿון דער דערמאָנטער מאָזאַיִק מיט הערצל, אויף דער סאַראַטאָגאַ־עוועניו, שטייט אַ געוועזענע שיל, וווּ עס דאַוונען די אָרטיקע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער ייִדן. אַן אַנדער סימן פֿון ייִדישקייט אין דער געגנט איז דער אַלטער דענקמאָל פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה. אַלע נעמען פֿון די אַמאָליקע אָרטיקע סאָלדאַטן זענען ייִדישע, באַגלייט מיט אַ מגן־דוד.

העלמרײַך האָט צוגעגעגעבן, אַז אַנשטאָט צו לאָזן זיך אין ווײַטע נסיעות איבער די הימאַלײַען־בערג, קאָן מען דערזען גאַנץ חידושדיקע זאַכן בעת אַ לאַנגן און פֿאַרכאַפּנדיקן גאַסן־שפּאַציר אין ניו־יאָרק. דער מחבר פֿונעם בוך, וווּ עס ווערט דערציילט וועגן אַזאַ „שטאָטישן טוריזם‟, האָט צוגעגעבן, אַז ניו־יאָרק איז דער גרעסטער מוזיי אונטערן פֿרײַען הימל.