קערי פֿאַרדאַמט פֿאָראורטייל קעגן ישׂראל בײַ דער „יו־ען‟

Kerry Decries UN's "Unbalanced Focus" on Israel

דזשאָן קערי רעדט פֿאַרן מענטשנרעכט־ראַט בײַ דער “יו־ען”, מאָנטיק, אין זשענעווע
Getty Images
דזשאָן קערי רעדט פֿאַרן מענטשנרעכט־ראַט בײַ דער “יו־ען”, מאָנטיק, אין זשענעווע

פֿון ייִט״אַ

Published March 03, 2015, issue of March 20, 2015.

אינעם מענטשנרעכט־ראַט בײַ דער „יו־ען‟ געפֿינט זיך אַן „אומבאַלאַנסירטער פֿאָקוס‟ אויף ישׂראל, האָט דער אַמעריקאַנער וויצע־פּרעזידענט דזשאָן קערי מאָנטיק דערקלערט פֿאַר די מיטגלידער פֿונעם ראַט אין זשענעווע.

„קיינער אין דעם צימער קאָן נישט לייקענען, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַן אומבאַלאַנסירטע אָבסעסיע מיט ישׂראל מצד דעם מענטשנרעכט־ראַט, וואָס שעדיקט די רעפּוטאַציע פֿון דער גאַנצער אָרגאַניזאַציע,‟ האָט קערי באַטאָנט, צוגעבנדיק, אַז ישׂראל איז די איינציקע מדינה, וואָס פֿיגורירט כּסדר אויפֿן סדר־היום פֿונעם מענטשנראַט.

קעריס פֿאַרטיידיקונג פֿון ישׂראל בײַם מענטשנרעכט־ראַט איז פֿאָרגעקומען אין דער זעלבער צײַט, וואָס דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו האָט זיך געגרייט צו רעדן פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס דינסטיק, וווּ ער האָט בדעהה צו קריטיקירן די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע פֿאַרן נוקלעאַרן אָפּמאַך, וואָס אַמעריקע האָט בדעה אונטערצושרײַבן מיט איראַן און די אַנדערע וועלט־כּוחות.

קערי וועט נישט בײַזײַן אויף נתניהוס רעדע. אַנשטאָט דעם וועט ער פֿאָרן פֿון זשענעווע אין דער שווייץ, וווּ ער וועט ממשיך זײַן די נוקלעאַרע פֿאַרהאַנדלונגען מיטן איראַנישן אויסערן־מיניסטער, מאָכאַמעד דזשאַוואַד זאַריף.

„מיר וועלן זיך אַנטקעגנשטעלן יעדן פּרוּוו פֿון אַן אָראַניזאַציע אָדער ’יו־ען‘־מיטגליד צו סיסטעמאַטיש דעליגיטימיזירן אָדער איזאָלירן ישׂראל,‟ האָט קערי געזאָגט דעם ראַט. „אַז עס רעדט זיך וועגן מענטשנרעכט, איז קיין לאַנד נישט אויסגעשלאָסן פֿון אויסגעפֿאָרשט ווערן, אָבער גלײַכצײַטיק טאָר מען נישט אַרויסווײַזן קיין אומיושרדיקן און אומבאַגרינדעטן פֿאָראורטייל.”

בעת זײַן רעדע האָט קערי אויך פֿאַרדאַמט די מענטשנרעכט־ברוכן אין סיריע, צפֿון־קאָרעע און אוקראַיִנע. שפּעטער האָט ער געזאָגט די רעפּאָרטערס, אַז ער איז באַזאָרגט וועגן דעם, אַז געוויסע פּרטים וועגן דעם פֿאָרגעלייגטן פּלאַן מיט איראַן וועלן פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן. הגם ער האָט נישט דערמאָנט נתניהו בײַם נאָמען, האָט אַ ישׂראלדיקער הויכער באַאַמטער פֿריִער געהאַט געזאָגט, אז ישׂראל ווייסט מער וועגן דעם פֿאָרגעלייגטן פּלאַן ווי דער אַמעריקאַנער קאָנגרעס, און אַז נתניהו וועט אויסזאָגן די פּרטים בעת זײַן רעדע דינסטיק.