אַ בית־עולם באַשולדיקט אין חילול־מתים

Jewish Cemetery Accused of Mishandling Remains

דער טויער פֿונעם בית־עולם „אָנדענק־פּאַרק עדן‟ אין מישען־הילס, קאַליפֿאָרניע
דער טויער פֿונעם בית־עולם „אָנדענק־פּאַרק עדן‟ אין מישען־הילס, קאַליפֿאָרניע

פֿון ייִט״אַ

Published March 04, 2015, issue of March 20, 2015.

די פֿאַרוואַלטער פֿון אַ ייִדישן בית־עולם זענען צום צווייטן מאָל אָנגעקלאָגט געוואָרן פֿאַרן מחלל זײַן די מתים.

דינסטיק, דעם 24סטן פֿעברואַר, האָבן צענדליקער קרובֿים פֿון די באַערדיקטע אָנגעקלאָגט אינעם העכסטן געריכט פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, טענהנדיק, אַז מע האָט צעשטערט זייער משפּחה־קבֿרים אויפֿן „אָנדענק־פּאַרק עדן‟ אין משען־הילס, קאַליפֿאָרניע.

אויפֿן שטח פֿונעם בית־עולם, וואָס פֿאַרנעמט 72 אַקערס ערד, זענען באַערדיקט בערך 40,000 מענטשן, אַרײַנגערעכנט די באַקאַנטע קאָמיקער גראַוטשאָ מאַרקס און לעני ברוס. די אָנקלאָגער טענהן, אַז די אַדמיניסטראַציע פֿונעם בית־עולם האָבן געשטערט דאָס געביין פֿון די טויטע, עס אַרויסוואַרפֿן אויף אַ שווינדלערישן אופֿן, אין דערבײַ גורם געווען עגמת־נפֿש בײַ די משפּחות פֿון די באַערדיקטע.

די מיטאַרבעטער פֿונעם בית־עולם האָבן עדות געזאָגט, אַז דער מצבֿ פֿון אַלע קבֿרים אינעם „אָנדענק־פּאַרק עדן‟ איז אומזיכער. לויטן געריכט־אָנקלאָג, איז דער שטח דערצו נישט באַוואַכט, ווי געהעריק.

דער בית־עולם געהערט צום קאַליפֿאָרניער צווײַג פֿון דער טעקסאַסער קאָרפּאָראַציע SCI — די גרעסטע קבֿורה־פֿירמע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דזשעסיקאַ מאַק׳דון, אַ וואָרטזאָגערין פֿון SCI, האָט דערקלערט, אַז איר פֿירמע האָט נישט געזען דעם טעקסט פֿונעם געריכט־דאָקומענט, דערפֿאַר קאָן זי פֿאַרענטפֿערן אויף די קשיאות פֿון דער תּבֿיעה.

אין מאַרץ 2014, האָט די אַדמיניסטראַציע פֿונעם בית־עולם מסכּים געווען אויסצוצאָלן די 25,000 תּובֿעים פֿון אַ מאַסן-אָנקלאָג אַן אויסגלײַך־סומע פֿון 80,5 מיליאָן דאָלאַר. דעמאָלט, האָבן די מחברים פֿון דער תּבֿיעה געטענהט, אַז די באַאַמטע האָבן באַקומען אַ געהיימע אינסטרוקציע אײַנצוברעכן די קבֿרים און אַרויסצוּוואַרפֿן דאָס געביין, אַרײַנגערעכנט די שאַרבנס פֿון די באַערדיקטע. כּדי צו באַפֿרײַען דעם שטח פֿאַר נײַע קבֿרים. מע איז חושד, אַז אַזעלכע אינצידענטן האָבן זיך אָנגעהויבן נאָך אינעם יאָר 1985.