ספֿרדישע ייִדן און מוסולמענער אין הײַנטיקן פֿראַנקרײַך

Sephardi Jews and Muslims in France Today

יואל מערגיי, דער פּרעזידענט פֿונעם צענטראַלן פֿראַנצויזישן ייִדישן ראַט גיט די האַנט דעם הויפּט פֿונעם גרויסן מעטשעט פֿון פּאַריז, דאַליל באָובאַקעור, דעם 11טן יאַנואַר, בעת אַן אַחדות־מיטינג לזכר די קרבונות פֿונעם איסלאַמישן טעראָריזם אין פֿראַנקרײַך
Getty Images
יואל מערגיי, דער פּרעזידענט פֿונעם צענטראַלן פֿראַנצויזישן ייִדישן ראַט גיט די האַנט דעם הויפּט פֿונעם גרויסן מעטשעט פֿון פּאַריז, דאַליל באָובאַקעור, דעם 11טן יאַנואַר, בעת אַן אַחדות־מיטינג לזכר די קרבונות פֿונעם איסלאַמישן טעראָריזם אין פֿראַנקרײַך

פֿון מאַשע פֿאָגעל

Published March 04, 2015, issue of March 20, 2015.

„מײַן זײדע איז געװען דער חזן און שוחט פֿון דער סאַמער װיכטיקסטער שיל אין שטאָט קאָנסטאַנטין, די ׳מידרש־שיל׳, האָט זי געהײסן,‟ — דערמאָנט זיך מישעל אַסון, אַ פּאַריזער ייִד, װאָס האָט עמיגרירט פֿון אַלזשיר, װען דאָס לאַנד איז געוואָרן אומאָפּהענגיק. ער איז דאַן געװען זעקס יאָר אַלט.

אַ ספּעציאַליסט אין דעם אַנאַליז פֿון עפֿנטלעכקײט, װיל מישעל אַסון געבן דעם „פֿאָרווערטס‟ זײַן דעה װעגן די ספּעציפֿישע באַציִונגען, וואָס עקזיסטירן צווישן די ספֿרדישע ייִדן אין פֿראַנקרײַך און זײערע מוסולמענישע לאַנדסלײַט, װעלכע זענען געקומען ס‘רובֿ פֿון די זעלביקע לענדער: אַלזשיר, טוניזיע, מאַראָקאָ. זיי זענען געווען שכנים אין צפֿון־אַפֿריקע, און געבליבן שכנים דאָ, אין די גרויסע שטעט פֿון פֿראַנקרײַך. זײ לעבן נישט צוזאַמען, נאָר אײן פֿאָלק לעבן דעם צװײטן. זײ טײלן זיך מיט עטלעכע קולטורעלע טעמעס, נאָר זײ האַלטן זיך סײַ־װי אויף אַ געוויסן מהלך אײנער פֿונעם צװײטנס.

„איך װיל אײַך דערצײלן אַן אַנעקדאָט“, רעדט װײַטער מישעל אַסון. „אין די 1950ער יאָרן, האָט מײַן זײדע, אַ שוחט, געשטרײַקט ווי אַן אויסדרוק פֿון סאָלידאַריטעט מיט די אַרבעטער פֿון די שעכטהײַזער, װאָס מערסטן פֿון זײ זענען געװען מוסולמענישע. פֿון דאַן אָן און װײַטער, האָבן זײ אים גרױס כּבֿוד אָפּגעגעבן. אַלע האָבן אים גערופֿן: ׳ראַבי בעבער׳. און װען ס‘האָט אויסגעבראָכן די מלחמה, איז ער געראַטעוועט געװאָרן, כאָטש נישט אײן ייִדישן חשובֿ האָבן דאַן דערהרגעט די אַראַבישע קעמפֿער. דער ‘פֿראָנט דע ליבעראַסיאָן נאַסיאָנאַל‟’ האָט אים באַשיצט, און ער איז װײַטער אַרומגעגאַנגען אין אַלע קרעטשמעס פֿון שטאָט צו מאַכן אַ לחיים בײַם סוף טאָג, װי אַלע ייִדן פֿלעגן אַ מאָל טאָן אין קאָנסטאַנטין.

„אין 1962, האָבן אים די מוסולמענישע אַלזשירער פֿאָרגעלײגט צו בלײַבן אין לאַנד; נאָר ער האָט זיך אָפּגעזאָגט, און איז אַװעקגעפֿאָרן. אין פֿראַנקרײַך האָט ער געאַרבעט ווי אַ חזן. פֿלעגט ער דאַן אין פּאַריז, פּונקט װי אין אַלזשיר, הערן אַראַבישע מוזיק אױף זײַן אַלטן מאַגנעטאָפֿאָן, כּדי צו קענען ניצן אײן נאָטע אָדער צװײ פֿון אַן אַראַביש ליד פֿאַר זײַן שבתדיקן פֿאָרלײענען פֿון דער תּורה. ער האָט באַזונדערס ליב געהאַט אַוואַדיאַ סאַפֿי, אַ ליבאַנעזישער קריסט, און מוהאַמאַד אַבדעל אואַהאַב, אַן עגיפּטער. און אַזױ האָט ער צוגעגעבן צו דעם ספּעציפֿישן טעם פֿונעם קאָנסטאַנטינער ייִדישן ניגון אַן אַראַבישן טאָן. צי װײסט איר, אַז די אַלזשירער ייִדן זענען געװען טײַערע זינגער? אין אַלזשיר איז אײנער פֿון די סאַמע באַקאַנטסטע זינגער — סײַ צװישן ייִדן און סײַ צװישן אַראַבער — געװען דער ייִד, רעמאָן. דער דאָזיקער רעמאָן איז געװען אַ חבֿר פֿון מײַן זײדן. ער פֿלעגט קומען צו אים אין שטוב און זוכן אינספּיראַציע אין זײַנע פֿרומע ניגונדלעך. אָבער רעמאָן איז דערהרגעט געװאָרן דורך די נאַציאָנאַליסטן.“