הרבֿ קוק: אַ מאָדערנער מיסטיקער

Rabbi Kook: A Modern Mystic

פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 05, 2015, issue of March 20, 2015.

צװישן די דענקער, װאָס האָבן משפּיע געװען אױפֿן אױספֿורעמען דעם מאָדערנעם ייִדישן װעלטבאַנעם, איז הרבֿ אַבֿרהם יצחק הכּהן קוק אַ יוצא מן הכּלל. ער איז ניט געװען קײן ציוניסט, אָבער זײַנע נאָכפֿאָלגער געהערן צו דער סאַמע ראַדיקאַלער בראַנזשע פֿון הײַנטיקע ציוניסטן. ער האָט געחלומט װעגן דעם אָנקומען פֿון אַ נײַער אוטאָפּישער תּקופֿה, װען עם־ישׂראל װעט פֿירן אַלע אומות־העולם צו דער װעלט פֿון יושר און שלום, און דערבײַ האָט ער פֿאַרנומען דעם פּאָסטן פֿונעם הױפּט־רבֿ פֿון ארץ־ישׂראל, װאָס די ענגלענדער האָבן געשאַפֿן לױטן אַלטן אָטאָמאַנישן שטײגער.

די נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון יהודה מירסקי אַנטפּלעקט טיפֿע אינערלעכע כּוחות, װאָס האָבן זיך געראַנגלט אין דער נשמה פֿונעם דאָזיקן מערקװירדיקן מענטש. מירסקי מאָלט הרבֿ קוק װי אַן אָנהענגער פֿון דער טראַדיציאָנעלער פֿרומקײט, און אײנצײַטיק װי אַ ראַדיקאַלן דענקער, װאָס האָט געװאָלט באַזיניקן די דראַמאַטישע געשעענישן פֿון זײַן תּקופֿה. ער האָט ניט געהאַט קײן װעלטלעכע בילדונג, אָבער האָט זיך אינטערעסירט מיט מאָדערנע פֿילאָסיפֿישע און רעליגיעזע שטראָמונגען, אַפֿילו געהאַט סימפּאַטיע פֿאַר בודיזם. ער איז ניט געװען קײן פּאָליטיקער, און זײַנע פּרוּװן אַרײַנצומישן זיך אין פּאָליטישע סיכסוכים זײַנען ניט געװען געלונגענע. אָבער ער האָט יאָ פֿאַרמאָגט אַ פֿײַנעם חוש פֿאַרן צײַטגײַסט. װי מירסקי פֿאַרסך־הכּלט, האָט הרבֿ קוק געװאָלט „באַנײַען דאָס אַלטע און מקדש זײַן דאָס נײַע‟.

הרבֿ קוקס רײַכע שריפֿטלעכע ירושה איז פֿילזײַטיק און קאָמפּליצירט. ער האָט פֿאַרטרױט זײַנע אינעװײניקסטע מחשבֿות און איבערלעבונגען צו זײַנע טאָגביכער, אָבער זײַנע געדרוקטע כּתובֿים זײַנען געװען פֿאָרמעל. ער האָט געהאַט אַ קרײַז געטרײַע תּלמידים, װאָס האָבן גענומען אױף זיך די טירחה פֿון רעדאַגירן און פּובליקירן זײַנע חיבורים. צומאָל האָבן זײ אױסגעקליבן פֿאַר דרוק דאָס, װאָס האָט זיך בעסער צוגעפּאַסט צו זײערע אײגענע כּװנות. עד־היום זײַנען ניט אַלע כּתבֿ־ידן צוטריטלעך פֿאַר זײַטיקע פֿאָרשער. מירסקי איז ניט אױסן אױסצולײגן די קאָמפּליצירטע טעאָלאָגישע און פֿילאָסאָפֿישע קאָנסטרוקציעס פֿון הרבֿ קוק. אין זײַן בוך מאַכט ער אַ ביאָגראַפֿישן קיצור פֿון זײַן העלד, מיט װעלכן ער פֿילט זיך נאָענט פֿאַרבונדן. מירסקיס ציל איז צו באַקענען דעם ברײטערן ענגליש־רעדנדיקן עולם מיט אָט דער מערקװירדיקער פּערזענלעכקײט און דערקלערן זײַן השפּעה אױף דער הײַנטיקער װעלט.

פּראָפֿעסאָר מירסקי איז אַ מומחה אױף הרבֿ קוקס ערשטער תּקופֿה, װאָס איז געװען מער שעפֿעריש און אָריגינעל אײדער די יאָרן נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה. בעת דער מלחמה־צײַט, װאָס ער האָט פֿאַרבראַכט אין גלות, לכתּחילה אין דער שװײַצער שטאָט סאַנקט–גאַלען און דערנאָך אין לאָנדאָן, איז פֿאָרגעקומען אַ װיכטיקער קער אין זײַן געדאַנקענגאַנג. באַטראַכטנדיק פֿון זײַן נײטראַלן מקום־מקלט דעם גיהנום, װאָס האָט פּלוצעם אױסגעבראָכן אין אײראָפּע און די יסורים פֿון די ייִדן, איז הרבֿ קוק געװאָרן שאַרף קריטיש לגבי קריסטנטום, װאָס ער האָט באַשולדיקט אין דערמוטיקן די שׂינאה און הריגה צװישן די פֿעלקער.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.