פֿאַרוואָס זאָרגט זיך דע־בלאַזיאָ וועגן אייראָפּעיִשע ייִדן?

What's Behind Bill de Blasio's Concern For European Jews?

ביל דע־בלאַזיאָ שמועסט מיטן פֿראַנצויזישן הויפּט־רבֿ, חיים קאָרסיאַ, אין דער מאַנהעטענער שיל „פּאַרק איסט‟
Getty Images
ביל דע־בלאַזיאָ שמועסט מיטן פֿראַנצויזישן הויפּט־רבֿ, חיים קאָרסיאַ, אין דער מאַנהעטענער שיל „פּאַרק איסט‟

פֿון דזשאָש נייטאַן־קייזיס (Forward)

Published March 05, 2015, issue of March 20, 2015.

דער מעיאָר פֿון ניו־יאָרק, ביל דע־בלאַזיאָ, זאָרגט זיך די טעג גאַנץ אַקטיוו וועגן די ייִדן אין אייראָפּע. במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם חודש, האָט ער באַזוכט צוויי שילן אינעם צפֿון־מיזרחדיקן טייל פֿון מאַנהעטן, און אויפֿגעטראָטן דאָרטן קעגן די טעראָר־אַטאַקן אין פֿראַנקרײַך. פֿריִער, אין יאַנואַר איז ער געפֿאָרן קיין פּאַריז, וווּ ער האָט באַזוכט דעם אַטאַקירטן סופּערמאַרקעט „היפּער־כּשר‟ און די רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל „שאַרלי עבדאָ‟. בעת זײַן וויזיט, האָט דע־בלאַזיאָ זיך געטראָפֿן מיט די פֿראַנצויזישע ייִדישע פֿירער. דער מעיאָר האָט אויך פֿאַרדאַמט דעם אַנומלטיקן וואַנדאַליזם־אַקט אויפֿן עלזאַסער בית־עולם.

דעם 19טן פֿעברואַר, רעדנדיק אין איינער פֿון די שילן, האָט דע־בלאַזיאָ באַטאָנט, אַז די אַמעריקאַנער טאָרן נישט בלײַבן גלײַכגילטיק, ווען די ייִדן אין אייראָפּע לײַדן פֿון אַנטיסעמיטיזם,. ער האָט אונטערגעשטראָכן, אַז די טראַגישע געשיכטע פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט טאָר זיך נישט איבערחזרן.

די, וואָס קאָנען דע־בלאַזיאָ פּערזענלעך, זאָגן, אַז ער מיינט עס טאַקע ערנסט. במשך פֿון אַ סך יאָרן, ווען ער האָט געדינט ווי אַ מיטגליד פֿונעם ניו־יאָרקער שטאָטס־ראַט, האָט ער אָנגעהאַלטן נאָענטע באַציִונגען מיט דער אָרטיקער ייִדישער קהילה — די צווייט־גרעסטע אין דער וועלט נאָך ישׂראל. ס׳נישט קיין חידוש, אַז ער זאָרגט זיך אויך וועגן די ייִדן אין אַנדערע לענדער.

ס׳איז כּדאַי אָבער צו באַמערקן, אַז דע־בלאַזיאָס זאָרג וועגן די ייִדישע קהילות אין אייראָפּע האָט אויך אַ פּאָליטישן טעם. דער מעיאָר איז נישט צו פּאָפּולער צווישן דער ווײַסער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט. לויט אַן אויספֿרעג, וואָס מע האָט דורכגעפֿירט דעם 16טן יאַנואַר, שטיצן אים 49 פּראָצענט ניו־יאָרקער. צווישן די ווײַסע דערגרייכט זײַן פּאָפּולאַריטעט אָבער בלויז 32 פּראָצענט. די ייִדישע וויילער באַטרעפֿן אַ מערקווירדיקן טייל פֿונעם „ווײַסן בלאָק‟.

לעצטנס, האָט דע־בלאַזיאָ זיך צעקריגט מיט אַ צאָל וויכטיקע ייִדישע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט דעם „אָרטאָדאָקסישן פֿאַרבאַנד‟, וועלכער איז אומצופֿרידן מיט זײַן באַהאַנדלונג פֿון רעליגיעזע בילדונג־אַנשטאַלטן פֿאַר די סאַמע קליינע קינדער.