וועט אַבאַס איבעררײַסן זיכערהייט־שותּפֿות מיט ישׂראל?

Will Abbas Suspend Security Ties With Israel?

דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, מאַכמוד אַבאַס, מיטוואָך, בעת דער זיצונג אין ראַמאַלאַ
Getty Images
דער פּרעזידענט פֿון דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, מאַכמוד אַבאַס, מיטוואָך, בעת דער זיצונג אין ראַמאַלאַ

פֿון „רויטערס‟

Published March 05, 2015, issue of March 20, 2015.

ראַמאַלאַ, מערבֿ־ברעג. — די פּאַלעסטינער פֿירער האָבן מיטוואָך זיך פֿאַרזאַמלט אויף אַ צוויי־טאָגיקער זיצונג, וווּ זיי וועלן אפֿשר באַשליסן אָפּצושטעלן די זיכערהייט־קאָלאַבאָראַציע מיט ישׂראל — אַ שריט, וואָס וואָלט שטאַרק געווירקט אויף דער סטאַביליטעט אין חבֿרון, בית־לחם, שכם און דזשענין, וווּ די פּאַלעסטינער אײַנוווינער באַטייליקן זיך אָפֿט אין אַנטי־אָקופּאַציע מאַרשן, פֿרײַטיק, נאָך זייער תּפֿילה טאָן אין די מעטשעטן.

די באַציִונגען צווישן ישׂראל און די פּאַלעסטינער זענען געוואָרן געפֿערלעך אָנגעשטרענגט זינט דעם צוזאַמענפֿאַל פֿון די שלום־פֿאַרהאַנדלונגען, וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט געפּרוּווט דורכפֿירן אין 2014.

די זיצונג איז גערופֿן געוואָרן נאָך דעם ווי ישׂראל האָט באַשלאָסן נישט איבערצופֿירן די מער ווי 100 מיליאָן דאָלאַר חודשלעכע הכנסה פֿון די שטײַערן, וואָס ישׂראל זאַמלט לטובֿת דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ. ישׂראל האָט אָפּגעשטעלט דעם טראַנספֿער נאָך דעם ווי די פּאַלעסטינער האָבן אָנגעגעבן אויף מיטגלידערשאַפֿט אינעם אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט.

אַ צאָל אַמעריקאַנער און אייראָפּעיִשע דיפּלאָמאַטן זאָרגן זיך, אַז אויב ישׂראל וועט נישט איבערגעבן די פּאַלעסטינער די שטײַער־הכנסה, וואָס דעקט בערך צוויי־דריטל פֿונעם פּאַלעסטינער בודזשעט, וועט די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ אַנולירן די זיכערהייט־קאָלאַבאָראַציע מיט ישׂראל, ווײַל זי וועט נישט קאָנען באַצאָלן זייער זיכערהייט־פּערסאָנאַל.

במשך פֿון די לעצטע עטלעכע וואָכן האָט דער אייראָפּעיִשער פֿאַרבאַנד פֿאַרגרעסערט זײַנע אויסצאָלונגען צו דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ — צום טייל, כּדי צו דעקן דעם פֿינאַנציעלן בלויז.

דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל, וואָס ישׂראל האָט זיך אָפּגעזאָגט איבערצוגעבן די פּאַלעסטינער די שטײַער־הכנסה, אָבער געוויינטלעך פֿלעגט זי עס ממשיך זײַן מיט עטלעכע וואָכן שפּעטער. דאָס מאָל, וועט מען עס מסתּמא נישט טאָן ביז וואָכן אָדער חדשים נאָך די וואַלן דעם 17טן מאַרץ, בעת עס וועט געשאַפֿן ווערן אַ נײַע קאָאַליציע אין דער ישׂראלדיקער רעגירונג.