די סודות פֿון אסתּר־המלכּהס לאַנד

Secrets of the Land of Esther

פֿון לאָראַ שאַפּיראָ־קראַמער (Forward)

Published March 06, 2015, issue of April 03, 2015.

לאָראַ שאַפּיראָ־קראַמער
לאָראַ שאַפּיראָ־קראַמער

ווען איך בין געקומען צו פֿליִען אין דער איראַנישער שטאָט טאַבריז, האָב איך אָנגעטאָן אַ טיכל, ווי די טוריסטישע אַגענטור האָט מיך געוואָרנט. איך האָב פּלאַנירט צו פֿאַרברענגען דרײַ וואָכן אינעם לאַנד. במשך פֿון דער נסיעה, האָט מען בײַ מיר קאָנפֿיסקירט דעם פּאַספּאָרט, ווײַל איך בין אַן אַמעריקאַנער בירגערין. צוערשט, האָב איך מורא געהאַט, אַז די שטעקעדיקע איראַנישע פּאָליציי וועט מיך אויף אייביק פֿאַרכאַפּן. למעשׂה, האָט מען אויף דער גרענעץ געמאַכט אַן אָפּדרוק פֿון מײַנע פֿינגער און געוווּנטשן צו פֿאָרן אין אַ מזלדיקער שעה.

טאַבריז איז אַן אוראַלטע שטאָט, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון דער איראַקישער און טערקישער גרענעץ. דער אָרטיקער אַלטער באַזאַר איז באַקאַנט ווי אַן אינטערנאַציאָנאַל־אָנערקענטער היסטאָרישער דענקמאָל. דער אָרטיקער עולם האָט באַלד פֿאַרשטאַנען, אַז איך בין אַן אַמעריקאַנער טוריסטקע, און האָט מיך וואַרעם אויפֿגענומען. „פֿאַרגעסט וועגן דער רעגירונג; מיר קענען פֿאַרשטיין איינער דעם צווייטן‟.

דער חילוק צווישן דער שטרענגער מלוכה און דעם פֿרידלעכן גאַסטפֿרײַנדלעכן איראַנישן עולם איז טאַקע אַ ריזיקער. למשל, די איראַנער קוקן כּסדר די אַמעריקאַנער פֿילמען און לאָדן אַראָפּ פֿון דער אינטערנעץ די באַקאַנטע מערבֿדיקע קאָמפּיוטער־שפּילערײַען.

מיט עטלעכע טעג שפּעטער, בין איך אָנגעקומען קיין טעהעראַן — אַ ריזיקע שטאָט מיט 16 מיליאָן תּושבֿים. ווען איך האָב געשמועסט וועגן ייִדן, האָבן די איראַנער מיר געזאָגט, אַז זיי פֿאַרשטייען דעם חילוק צווישן ייִדישקייט און ציוניזם. זייער אייגענע רעגירונג האָבן זיי קריטיקירט אָפֿענערהייט.

להיפּוך צו דעם סטערעאָטיפּ, לויט וועלכן די איראַנישע פֿרויען זענען דערנידעריקט, באַטרעפֿן מיידלען 60 פּראָצענט צווישן די סטודענטן פֿון די אָרטיקע אוניווערסיטעטן. אַ צאָל יונגע־לײַט האָבן געטענהט, אַז צוליב די אומיושרדיקע אַמעריקאַנער סאַנקציעס קאָנען זיי נישט אײַנקויפֿן אויף אַזעלכע וועבזײַטן, ווי „אַמאַזאָן‟. איין פֿרוי האָט זיך באַקלאָגט, אַז דאָס אָרטיקע געלט, באַצירט מיט אַיאַטאָלאַ כאָמייניס בילד, קאָנען זיי נישט פּטרן אויף די אַמעריקאַנער פּראָדוקטן. אין דער אמתן, טרעפֿט זיך די מערבֿדיקע סחורה אין איראַן אויף יעדן שריט און טריט. דער עולם שמועסט אויפֿן „טוויטער‟ און אַנדעקע סאָציאַלע נעצן. הגם אויף דער גאַס מוזן די פֿרויען צודעקן זייער גוף און טראָגן אַ פֿאַטשיילע, הענגען אין די איראַנישע שיינקייט־סאַלאָנען רעקלאַמעס מיט דעקאָלטירטע ווײַסע בלאָנדינקעס.

איספֿאַהאַן, די אַמאָליקע הויפּטשטאָט פֿון איראַן, איז אַ פּערל פֿון אוראַלטער אַרכיטעקטור. אינעם הויף פֿונעם היסטאָרישן קעניגלעכן מעטשעט זענען געשטאַנען צוויי גײַסטיקע פֿירער אין זייערע דרײַסיקער, וואָס קענען גאַנץ גוט ענגליש. ווען איך האָב זיי געזאָגט, אַז איך בין אַ ייִדישע פֿרוי פֿון אַמעריקע, האָבן זיי אָנגעהויבן טענהן קעגן דער „ציוניסטישער פּרעסע‟ און פֿרעגן קשיאות וועגן דעם חורבן. מײַן מוסולמענישע וועגווײַזערין איז אויפֿגערעגט געוואָרן, ווען זיי האָבן איר געזאָגט, אַז די איראַנישע פֿרויען מעגן אויסקלײַבן, צי זיי ווילן צודעקן די האָר. נאָך דעם וויכּוח מיט מיר, האָט איינער פֿון די מעטשעט־טוער מיך געבעטן צו העלפֿן, אויב איך קען, צי קריגן אַן אַמעריקאַנער וויזע; ער האָפֿט צו שטודירן אין דער בראָנקס, אינעם פֿאָרדהאַם־אוניווערסיטעט.

במשך פֿון דער נסיעה, האָב איך אויך באַזוכט אַ צאָל היסטאָרישע ייִדישע ערטער, אַרײַנגערעכנט דעם אוראַלטן בית־עולם „שׂרח בת אָשר‟ לעבן איספֿאַהאַן. שבת האָב איך פֿאַרבראַכט אין שיראַז, וווּ עס בליט אַ גאַנץ גרויסע ייִדישע קהילה. איך האָב געדאַוונט אין אַן אָרטיקער שיל, צוזאַמען מיט איבער 200 מתפּללים. נאָכן קידוש, איז יעדער געווען נײַגעריק צו וויסן וועגן דעם ייִדישן לעבן אין אַמעריקע, בפֿרט וועגן די „פֿאַרקריפּלטע‟ רעפֿאָרמער; עטלעכע משפּחות האָבן מיך פֿאַרבעטן אויף דער שבתדיקער סעודה.