זיבן פֿאַרוווּנדעט אין ירושלים בעת אַן אויטאָ־אַטאַק

In Jerusalem, Seven Wounded In Suspected Terror Attack

די ישׂראלדיקע פּאָליציי אינספּעקטירט דעם אויטאָ, וואָס האָט אַרײַנגעקראַכט דעם 6טן מאַרץ אין אַ גרופּע פֿוסגייער
Getty Images
די ישׂראלדיקע פּאָליציי אינספּעקטירט דעם אויטאָ, וואָס האָט אַרײַנגעקראַכט דעם 6טן מאַרץ אין אַ גרופּע פֿוסגייער

פֿון ייִט״אַ

Published March 06, 2015, issue of April 03, 2015.

זיבן מענטשן האָבן באַקומען רעלאַטיוו לײַכטע וווּנדן, ווען אַן אויטאָ האָט זיך אַרײַנגעשניטן אין אַ גרופּע פֿוסגייער, וואָס זענען געשטאַנען בײַ אַ באַן־סטאַנציע אין מיזרח־ירושלים. דער אינצידענט איז אויסגעבראָכן פֿרײַטיק, דעם 6טן מאַרץ, אויף דער גאַס פֿון שמעון־הצדיק. די פּאָליציי באַטראַכט עס ווי אַ טעראָריסטישן אַטאַק.

די ישׂראלדיקע מיליטערישע ראַדיאָ האָט איבערגעגעבן, אַז זעקס פֿון די אַטאַקירטע זענען פֿרויען־פּאָליציאַנטקעס, וואָס דינען אינעם גרענעץ־פּאַטרול. בעת דעם אַטאַק האָבן זיי געטראָגן זייערע אוניפֿאָרמען. צוויי פֿון זיי זענען ערנסט, אָבער נישט געפֿערלעך, פֿאַרוווּנדעט געוואָרן; די אַנדערע זענען אָפּגעקומען מיט לײַכטע וווּנדן. דער זיבעטער פֿאַרוווּנדעטער איז געווען אַ ציווילער וועלאָסיפּעדיסט, וועלכער האָט באַקומען אַן ערנסטע טראַוומע.

די פּאָליציי האָט איבערגעגעבן, אַז דער שאָפֿער איז אַרויפֿגעפֿאָרן אויפֿן טראָטואַר און האָט זיך געקליבן אַרויסצוגיין פֿון זײַן אויטאָ, כּדי צו אַטאַקירן די פֿוסגייער מיט אַ מעסער. אַ זיכערהייט־פֿאָרשטייער האָט אין געשאָסן און שווער פֿאַרוווּנדעט.

סוזען טוירנבול, די פֿאָרזיצערין פֿונעם אַמעריקאַנער „ייִדישן ראַט פֿאַר עפֿנטלעכע ענינים‟ (JCPA), איז געווען די וואָך אין ישׂראל און זיך געפֿונען אין אַן אויטאָ נישט ווײַט פֿונעם אָרט, וווּ דער אינצידענט אין געשען. זי האָט איבערגעגעבן דער ייִט״אַ, אַז בערך 20 פּאָליציאַנטן האָבן זיך באַוויזן אויף אַלע אַרומיקע גאַסן גלײַך נאָכן אַטאַק מיט אַ פֿענאָמענאַלער אָפּעראַטיווקייט, צוזאַמען מיטן מעדיצינישן פּערסאָנאַל.

לויט דעם מיליטערישן ראַדיאָ, הייסט דער פֿאַרדעכטיקטער טעראָריסט מאָהאַמעד סאַלײַמע, אַ תּושבֿ פֿון אַ געגנט אין מיזרח־ירושלים, וווּ עס זענען לעצטנס פֿאָרגעקומען צוזאַמענשטויסן צווישן די פּאַלעסטינער און ישׂראלדיקע סאָלדאַטן. דער אויסגענוצטער אויטאָ איז רעגיסטירט אינעם אַראַבישן ירושלימער קוואַרטאַל ראַס־אַל־אַמוד.

נישט צום ערשטן מאָל טרעפֿן זיך אין ירושלים טעראָריסטישע אַטאַקן, ווען די אָרטיקע ייִדן פּראַווען פּורים. לויטן אוניקאַלן מינהג, פֿאַלט דאָרטן אויס דער דאָזיקער יום־טובֿ מיט אַ טאָג שפּעטער, ווען אין די אַרומיקע שטעט און אַרום דער וועלט פּראַוועט מען דעם שושן־פּורים.