אַ פֿרומע קינסטלערין גייט איר אייגענעם וועג

Orthodox Artist on a Unique Journey

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 08, 2015, issue of April 03, 2015.

יעל מדרש און אַ טייל פֿון אירע צייכענונגען, אין 2012
יעל מדרש און אַ טייל פֿון אירע צייכענונגען, אין 2012

ווען מע קוקט אויף די פּאָרטרעטן, געמאָלט פֿון דער יונגער קינסטלערין יעל מדרש, איז שווער צו גלייבן, אַז די 24־יאָריקע פֿרוי האָט אָנגעהויבן שטודירן קונסט ערשט מיט פֿינף יאָר צוריק. איר טעכניק און די סענסיטיווקייט פֿאַר די סוזשעטן איז מרמז אויף אַ זעלטענעם טאַלאַנט.

אַ פּנים, האַלט די Art Student League אויך אַזוי. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די אָנגעזעענע קונסטשול אין מאַנהעטן, וווּ מדרש איז אַ סטודענטקע, זי באַלוינט מיט דער New York Blue Dot Award, פֿאַר איר פּרעכטיקן פּאָרטרעט, Little Man — אַ בילד פֿון אַ קאַרליק, וועלכער זיצט רויִק אויף ד׳רערד און קוקט מיט זײַנע זשוואַווע בלאָע אויגן אויף אַ זאַך, וואָס מיר, די צוקוקער, קענען נישט זען. אַ פּשוטער מאָמענט, און דאָך ווערט דער צוקוקער גלײַך אַרײַנגעצויגן.

מדרשס ווערק האָט מען שוין געוויזן אויף אַ צאָל אַנדערע אויסשטעלונגען. צוויי פֿון אירע בילדער הענגען אינעם „האַאַג‟, אין האָלאַנד, ווי אַ טייל פֿון אַ קאָלעקטיווער אויסשטעלונג פֿון לאַטײַן־אַמעריקאַנער קינסטלער, Artana.

מדרש איז אָבער נישט קיין געוויינטלעכע מאָלערין. זי איז דערצויגן געוואָרן אין אַ פֿרומער ייִדישער שטוב אין מעקסיקע און האָט זיך געלערנט אין ייִדישע טאָגשולן — סײַ מאָדערן־פֿרומע שולן, סײַ אין דער חרדישער „בית־יעקבֿ‟ שול. איר שענסטע איבערלעבונג איז אָבער געווען ווען זי האָט, צו 19 יאָר, שטודירט אַ יאָר לאַנג אין „אמונה ואמנות‟ — אַ ירושלימער מרדשה פֿאַר מיידלעך, וווּ מע לערנט זיך קונסט, מוזיק און תּורה.

“Little Person”, oil on canvas, 2015
“Little Person”, oil on canvas, 2015

„ביז דעמאָלט האָב איך נאָר געוווּסט וועגן צוויי מינים ייִדן,‟ האָט מדרש געזאָגט בעת אַן אינטערוויו מיטן „פֿאָרווערטס‟. „די טראַדיציאָנעלע ייִדן — יענע, וואָס גייען אין שיל בלויז צוויי מאָל אַ יאָר — און די שטאַרק פֿרומע. די סבֿיבֿה אין ׳אמונה ואמנות׳ איז אָבער געווען זייער אַנדערש. דאָרט היט מען שבת און כּשרות, מע רעדט וועגן גײַסטיקע זאַכן, אָבער ס׳איז אויך זייער קאָסמאָפּאָליטיש.‟ כאָטש מדרש האָט זינט די קינדער־יאָרן געוווּסט, אַז זי האָט ליב צו צייכענען, האָט זי אין דער מדרשה זיך געכאַפּט, אַז זי וויל טאַקע ווערן אַ קינסטלער.

מדרש האָט אויך ליב צו לערנען ייִדישע פֿילאָסאָפֿיע, און זי הערט זיך אָפֿט צו צו די שיעורים פֿון אירס אַ באַליבטן רבֿ אין מיאַמי, יוחנן צווײַג (קינדווײַז האָט יעל פֿאַרבראַכט 5 יאָר אין מיאַמי, בעת איר טאַטע האָט דאָרט געמאַכט זײַן דאָקטאָראַט). „ער אַנאַליזירט דעם תּנ״ך אויף אַ פֿילאָסאָפֿישן אופֿן, און דאָס אינספּירירט מיך אין מײַן קונסט,‟ האָט זי געזאָגט. „למשל, דאָס וואָס השם ווערט בכלל נישט דערמאָנט אין דער מגילה, כאָטש די גאַנצע פּורים־מעשׂה איז דורכגעדרונגען מיט דעם וואָס גאָט האָט אַ האַנט אין אַלצדינג. און אַזוי דאַרף אויך זײַן די ראָלע פֿונעם קינסטלער.‟