מוסולמענישע תּלמידים אין האָלאַנד קעגן חורבן־לימודים

Many Dutch Muslim Pupils Resist Holocaust Education

האָלענדישע קינדער פֿלאַנצן בלומען ווי אַ חורבן-הזכּרה, צוזאַמען מיט עלאַ ווײַסבערגער, וועלכע האָט איבערגעלעבט דעם נאַצי־לאַגער טערעזינשטאַט.
Getty Images
האָלענדישע קינדער פֿלאַנצן בלומען ווי אַ חורבן-הזכּרה, צוזאַמען מיט עלאַ ווײַסבערגער, וועלכע האָט איבערגעלעבט דעם נאַצי־לאַגער טערעזינשטאַט.

פֿון ייִט״אַ

Published March 08, 2015, issue of April 03, 2015.

די לערער פֿון אַ צאָל שולן אין האָלאַנד האָבן איבערגעגעבן די דעפּוטאַטן פֿונעם צעטריסטישן „קריסטלעכן פֿאַרבאַנד‟, אַז זייער שול־אַדמיניסטראַציע מײַדט אויס די לימודים וועגן דעם ייִדישן חורבן צוליב דער קעגנערשאַפֿט מצד די מוסולמענישע תּלמידים.

מיטוואָך, דעם 4טן מאַרץ, האָט די דערמאָנטע פּאַרטיי דורכגעפֿירט אין האַאַג אַ פּאַרלאַמענט־דיסקוסיע בײַם רונדן טיש, כּדי צו באַהאַנדלען די דאָזיקע פּראָבלעם מיט די לערער און אַנדערע בילדונג־פּראָפֿעסיאָנאַלן. אַריה סלאָב, דער פּאַרלאַמענט־פֿירער פֿונעם „קריסטלעכן פֿאַרבאַנד‟ און אַ געוועזענער לערער, האָט דערציילט דער האָלענדישער צײַטונג „אַלגעמיינער טאָגבלאַט‟, אַז אין געוויסע שולן דערוועגט זיך נישט בלומע עווערס־עמדען, אַן אַמסטערדאַמער ייִדישע פֿרוי פֿון דער שארית־הפּליטה, אויפֿצוטרעטן מיט לעקציעס וועגן אירע חורבן־איבערלעבונגען.

איינער פֿון די באַטייליקטע אין דער דיסקוסיע איז געווען וואַסאַם פֿעריאַני, אַ לערער פֿון סאָציאַלע שטודיעס, וועלכער אַרבעט אין אַן אַמסטערדאַמער מיטלשול, וווּ בערך יעדער צווייטער תּלמיד איז אַ מוסולמענער. ווען אַ לערער הייבט אָן דערציילן וועגן דעם ייִדישן חורבן, ענטפֿערן די תּלמידים, אַז ייִדן אַליין זענען שולדיק פֿאַרן אויסהרגענען די פּאַלעסטינער אין עזה. אַ טייל תּלמידים טענהן, אַז די ייִדישע געשיכטע דאַרף נישט זײַן אַ טייל פֿון דער שול־פּראָגראַם. אַ טייל גיבן צו, אַז „די מעשׂיות וועגן דעם חורבן זענען שטותים‟.

דעם זעלבן טאָג, דעם 4טן מאַרץ, האָט די האָלענדישע צײַטונג „טעלעגראַף‟ דערציילט וועגן אַן אַנדער אומאָנגענעמער געשיכטע, וואָס האָט אַ שײַכות צום חורבן. די פּאָליציי אינעם צפֿונדיקן טייל פֿונעם לאַנד פֿאָרשט איצט אויס די רעקלאַמע, וואָס אַ געוויסער זאַמלער פֿון מלחמה־חפֿצים האָט פֿאַרשפּרייט אויף דער אינטערנעץ, פֿאָרלייגנדיק צו קויפֿן די זייף, וואָס די נאַציס האָבן געמאַכט, לויט זײַנע ווערטער, פֿון די אומגעבראַכטע ייִדן. די אויספֿאָרשער האָבן אָפּגעגעבן די דאָזיקע צווייפֿלהאַפֿטיקע סחורה אויף אַ כעמישן אַנאַליז, כּדי צו באַשטעטיקן, צי אין דער זייף זענען טאַקע פֿאַראַן שפּורן פֿונעם מענטשלעכן קערפּער.

במשך פֿון אַ לאַנגער צײַט נאָכן חורבן, האָט מען געגלייבט, אַז די נאַציס האָבן פֿאַרוואַנדלט די גופֿים פֿון אַ סך פֿאַרטיליקטע ייִדן אין זייף. דער עסטרײַכער היסטאָריקער ראַול הילבערג, אַ באַקאַנטער חורבן־פֿאָרשער, געבוירן אין אַ פּויליש־רומענישער ייִדישער משפּחה, האָט אָבער באַשטעטיקט, אַז הגם צווישן די פּוילישע ייִדן האָבן זיך אינעם יאָר 1942 פֿאַרשפּרייט די קלאַנגען וועגן דעם, האָבן די נאַציס נישט אויסגענוצט די טויטע אויף אַזאַ אופֿן.