ידיעות פֿון וואַרשע

News From Warsaw

פֿון קאָבי ווײַצנער

Published March 10, 2015, issue of April 03, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

לאָמיר האָפֿן, אַז מאַיאַ קלעטשעווסקאַ, וואָס ווערט באַטראַכט ווי איינע פֿון די בעסטע יונגע רעזשיסאָרן אין פּוילן, וועט אַרויפֿברענגען אויף דער בינע די קווינטעסענץ פֿון אַנ-סקיס שאַפֿונג.

ווער איז ראָמואַלד וועקסלער?

ראָמואַלד וועקסלער איז געווען צו גאַסט אין ייִדישן מוזיי אין וואַרשע. ראָמואַלד איז בקיצור ראָמעק. ווער זשע איז ער, ראָמעק וועקסלער, און פֿאַר וואָס קומען מענטשן צו הערן זײַנע אַ לעקציע אין ייִדישן מוזיי?

ראָמעק וועקסלער איז אַ קאַטוילישער גלח. ערשט בײַ 35 יאָר האָט ער אַנטדעקט, אַז ער שטאַמט פֿון ייִדן. זיין מאַמע האָט אים געלאָזט בײַ אַ פּוילישער פֿרוי אין דער לעצטער מינוט איידער מען האָט זי פֿאַרשיקט אין טויט־לאַגער סאָביבאָר.

וועגן זײַן מערקווירדיקער לעבנס־געשיכטע האָט מען געמאַכט אַ פֿילם — „קרוע‟. קרוע מיינט צעריסן. ראָמעק וועקלסער איז טאַקע צעריסן געוואָרן צווישן זײַן אָפּשטאַם, זײַן ליבע פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק און זײַן קאַטוילישן גלויבן. צעריסן צווישן זײַן ייִדישער משפּחה און דער וועלט פֿון זײַן קינדהייט בײַ זײַן פּוילישער, שטרענג-קאַטוילישער מאַמען.

וועקסלער, אַ פּענסיאָנירטער גלח, לעבט די טעג אין ישׂראל.

די ידיעות פֿון וואַרשע ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.