סטודענטן־ראַט פֿון UCLA נעמט אָן רעזאָלוציע קעגן אַנטיסעמיטיזם

UCLA Student Council Passes Resolution Against Anti-Semitism

אַ מאַניפֿעסטאַציע קעגן אַנטיסעמיטיזם, דעם 9טן מאַרץ, אין סאַקראַמענטאָ, קאַליפֿאָרניע
Michael Alcalay
אַ מאַניפֿעסטאַציע קעגן אַנטיסעמיטיזם, דעם 9טן מאַרץ, אין סאַקראַמענטאָ, קאַליפֿאָרניע

פֿון ייִט״אַ

Published March 12, 2015, issue of April 03, 2015.

דער סטודענטן־ראַט פֿונעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנדזשעלעס, באַקאַנט ווי UCLA, האָט דינסטיק אָוונט איינשטימיק אָנגענומען אַ רעזאָלוציע, וואָס פֿאַרדאַמט אַנטיסעמיטיזם, נאָך דעם ווי מער ווי הונדערט סטודענטן האָבן אויסגעדריקט אַ פֿאַרלאַנג פֿאַר אַזאַ שריט, האָט איבערגעגעבן די סטודענטן־צײַטונג The Daily Bruin.

די רעזאָלוציע רופֿט דעם סטודענטן־ראַט אַקטיוו צו באַקעמפֿן אַנטיסעמיטיזם, און פֿאַרדאַמט עטלעכע אָקערשטיקע אינצידענטן אויף די קאַמפּוסן פֿונעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט. דעם 10טן פֿעברואַר, למשל, האָבן עטלעכע מיטגלידער פֿונעם UCLA סטודענטן־ראַט אויסגעפֿרעגט מיט חשד אַ ייִדישע סטודענטקע, רייטשל ביידאַ, וועלכע האָט זיך געוואָלט אָנשליסן אינעם ראַט, פֿרעגנדיק, צי וואָלט זי געקאָנט בלײַבן נייטראַל, אויב זי איז אַקטיוו אין „הילל‟ און אַנדערע ייִדישע אינסטיטוציעס? די אַנטיסעמיטישע עלעמענטן פֿון יענעם פֿאַרהער האָבן אַרויסגערופֿן אַ שאַרפֿע קריטיק בײַ די אָרטיקע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, און איז באַריכטעט געוואָרן אויף אַן אָרטיקער טעלעוויזיע־סטאַנציע.

די רעזאָלוציע האָט אויך דערמאָנט די האַקנקרײצן, וואָס עמעצער האָט אָנגעשמירט אויף דער טיר פֿון אַ ייִדישער ברודערשאַפֿט („פֿראַטערניטי‟) אינעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין דייוויס.

ווי אַ מיטל אָפּצושוואַכן דעם וואַקסנדיקן אַנטיסעמיטיזם אויף די קאַמפּוסן, האָט די רעזאָלוציע פֿאָרגעלייגט, אַז די מיטגלידער פֿונעם סטודענטן־ראַט זאָלן דורכמאַכן אַ קורס, וואָס טרענירט זיי ווי זיך צו באַציִען צו סטודענטן מיט קעגנזײַטיקע מיינונגען, און האָט אויך געפֿאָדערט צו מאַכן אַ סוף צו דער דעמאָניזאַציע פֿון ישׂראל, באַשטעטנדיק, אַז עס זענען דאָ מיטלען ווי צו „קריטיקירן ישׂראל אויף אַ פּאַסיקן אופֿן‟.

דער סטודענטן־ראַט האָט אויך אָפּגעשטימט צו פֿאַרעפֿנטלעכן אויף YouTube דעם ווידעאָ פֿונעם קאָנטראָווערסאַלן פֿאַרהער פֿון רייטשל ביידאַ.

אין אַ שײַכותדיקער ידיעה, האָבן הונדערטער מענטשן זיך פֿאַרזאַמלט מאָנטיק, דעם 9טן מאַרץ, אויף די טרעפּ פֿונעם קאַפּיטאָל־בנין אין סאַקראַמענטאָ, די הויפּטשטאָט פֿונעם שטאַט קאַליפֿאָרניע, כּדי אויסצודריקן זייער פּראָטעסט קעגן אַנטיסעמיטיזם. די דעמאָסטראַציע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט אַ צאָל קהילה־פֿירער, פּאָליטיקער און אַקטיוויסטן, איז אָרגאַניזירט געוואָרן דורך דער אָרטיקער ייִדישער פֿעדעראַציע.

דער דייוויס־קאַמפּוס פֿונעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט, וווּ מע האָט פֿאַרשמירט די האַקנקרייצן אויף דער טיר פֿון דער ברודערשאַפֿט, געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון סאַקראַמענטאָ.