טױזנט פֿאַרבן פֿון ליבע

A Thousand Colors of Love

פֿון מיכאל פֿעלזענבאַום

Published March 12, 2015, issue of April 03, 2015.

אַז ס׳קומט דער שײנער חודש שבֿט, הײבט מיר עפּעס אָן טיאָכקען בײַם האַרצן. עס זעט אױס, אַז די נשמה מײַנע זוכט אַ שטיקל ליבע אױף דער װעלט. פֿון װאַנען װײס איך?… אָט, דאָ ניט לאַנג צוריק האָב איך געפֿונען מײַנע אַלטע שבֿט־לידער און ממש ניט געקענט גלײבן, אַז אױך איך בין אַ מאָל געװען זײער נײַגעריק צו אַלץ, װאָס געהערט צו די אײדעלע געפֿילן.

דער חודש שבֿט האָט אונדז געבראַכט
אַ ביסל רעגן, ליבע, בלאָטע…
און די פּאַסקודניצע גריזאָטע
שטײט בײַ מײַן פֿענצטער אױף דער װאַך.
אַ מיאוסע זאַך…
נאָר ס’קען זײַן טאַקע —
דו װעסט אַרױסגײן אין אַ רעגן
אױף אַ שפּאַציר
און דיר אַנטקעגן —
אַ נע־ונדניק — הױל און נאַקעט,
מיט ליבע־רעגן־בלאָטע זאַט.
כ’זאָל אַזױ װיסן שױן פֿון צרות,
װאָס פֿאַר אַ נײַע שורע־מורעס
קען ברענגען נאָך דער חודש שבֿט.