פּערעס שטיצט הערצאָג

Peres Endorses Herzog

יצחק הערצאָג טרעט אויף דעם 11טן מאַרץ אין תּל-אָבֿיבֿ
Getty Images
יצחק הערצאָג טרעט אויף דעם 11טן מאַרץ אין תּל-אָבֿיבֿ

פֿון ייִט״אַ

Published March 13, 2015, issue of April 03, 2015.

שמעון פּערעס, דער געוועזענער ישׂראלדיקער פּרעזידענט, האָט געשטיצט יצחק הערצאָגס קאַנדידאַטור און האָפֿט, אַז ער וועט ווערן דער נײַער פּרעמיער־מיניסטער.

דינסטיק, דעם 10טן מאַרץ, האָט פּערעס פֿאַרענפֿטלעכט זײַן מיינונג וועגן די וואַלן. דער געוועזענער פּרעזידענט האָט אַליין געדינט צוויי מאָל ווי אַ ישׂראלדיקער פּרעמיער, פֿון 1984 ביז 1986 און פֿון 1995 ביז 1996. ער האָט צײַטווײַלק אויסגעפֿירט די דאָזיקע ראָלע אינעם יאָר 1977, איידער מנחם בעגינס רעגירונג איז געשאַפֿן געוואָרן. ווי אַ פּרעזידענט, האָט ער געדינט פֿון 2007 ביז 2014.

אין זײַן דערקלערונג, האָט פּערעס באַטאָנט, אַז די ישׂראלדיקע דעמאָקראַטיע מוז איצט מאַכן אַ ברירה. אַזוי ווי די אַנדערע ישׂראלים, וואָס מעגן האָבן היפּוכדיקע פּאָליטישע דעות, האָט ער באַטראַכט די סיטואַציע און אויסגעקליבן זײַן קאַנדידאַט: הערצאָג, דער ראָש פֿון דער פּאַרטיי „עבֿודה‟, וועלכע האָט זיך פֿאַראייניקט צוליב די וואַלן מיט דער צענטריסטישער לינק־געשטימטער פּאַרטיי „תּנועה‟, אָנגעפֿירט דורך דער געוועזענער יוסטיץ־מיניסטאָרין, ציפּי ליבֿני.

אויב הערצאָג וועט געווינען די וואַלן און די דאָזיקע אַליאַנץ פֿון צוויי פּאַרטייען וועט באַקומען אַ מעגלעכקייט צו שאַפֿן די נײַע רעגירונג, וועט ער צעטיילן זײַן ראָלע ווי פּרעמיער־מיניסטאָרן מיט ליבֿני. לויטן אָפּמאַך צווישן די צוויי פּאָליטיקער, וועט הערצאָג בלײַבן בײַ דער פּאָזיציע במשך פֿון צוויי יאָר, און די איבעריקע צײַט וועט די פֿירערין פֿון „תּנועה‟ פֿאַרנעמען זײַן אָרט.

די וואַלן וועלן דורכגעפֿירט ווערן דעם 17טן מאַרץ. אויף דעם איצטיקן מאָמענט, מיט אַ וואָך פֿריִער, זעט אויס, אַז הערצאָגס אַליאַנץ, די אַזוי־גערופֿענע „ציוניסטישע מחנה‟, וועט טאַקע געווינען. לויט די אַנומלטיקע אויספֿרעגן, וועט זי באַקומען דרײַ אָדער פֿיר ערטער מער, ווי בנימין נתניהו.

פּערעס האָט צוגעגעבן, אַז דער טאַטע פֿון זײַן געשטיצטן קאַנדידאַט, חיים הערצאָג, איז געווען דער זעקסטער ישׂראל־פּרעזידענט, „אַ געניטער און פֿאַרלאָזלעכער מנהיג, זייער אַן אַחריותדיקער מענטש, איבערגעגעבן די ענינים פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט‟. וועגן ליבֿני האָט דער געוועזענער פּרעזידענט גאָרנישט געזאָגט.