ערשטער ניו־יאָרקער פֿעסטיוואַל לכּבֿוד עבֿרית

First NYC Festival to Celebrate the Hebrew Language

די אַקטיאָרן פֿון “Festifun2” — אַ מוזיקאַלישער רעווי פֿון ישׂראלדיקע לידער, טענץ און הומאָר
די אַקטיאָרן פֿון “Festifun2” — אַ מוזיקאַלישער רעווי פֿון ישׂראלדיקע לידער, טענץ און הומאָר

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 15, 2015, issue of April 03, 2015.

ווי איינע וואָס גייט אָפֿט אויף עפֿנטלעכע ייִדיש־שפּראַכיקע אונטערנעמונגען אין ניו־יאָרק, איז מיר שוין פֿון לאַנג אַ חידוש, וואָס מע זעט זעלטן אַזוינס אויף העברעיִש. פֿאַר סטודענטן פֿון העברעיִש, איז עס טאַקע אַ חסרון, ווײַל זיי האָבן נישט קיין שום אָרט, וווּ צו פּראַקטיצירן דאָס אויסגעלערנטע אין קלאַס, סײַדן זיי פֿאָרן אויף אַ וואָך־צוויי קיין ישׂראל.

סוף־כּל־סוף, האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ געלעגנהייט. דער פֿעסטיוואַל ווערט געשטיצט פֿונעם „ראַט פֿון העברעיִשער שפּראַך און קולטור אין צפֿון־אַמעריקע‟; דער „אַלוועלטלעכער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע‟; דער „סטײַנהאַרט־פֿונדאַציע‟, און דעם „ישׂראל־אַמעריקאַנער ראַט‟. פֿונעם 14טן ביזן 30סטן מאַרץ קומט פֿאָר אין מאַנהעטן, צום ערשטן מאָל, אַ צוויי־וואָכיקער העברעיִש־פֿעסטיוואַל, „חגיגה עבֿרית‟. אַ טייל פֿון די 21 אונטערנעמונגען זענען געצילט אויף משפּחות פֿון קינדער, ווי, למשל, צוויי פֿאָרשטעלונגען פֿון סערגיי פּראָקאָפֿיעפֿס קינדער־סימפֿאָניע „פּיטער און דער וואָלף‟, וווּ די מעשׂה ווערט דערציילט אויף העברעיִש; אַ מוזיקאַלישע רעווי פֿון ישׂראלדיקע לידער, טענץ און הומאָר, מיטן נאָמען “Festifun2”; און אַ קלאַס פֿון „קרבֿ־מגע‟ (זעלבסשוץ), וווּ די יונגע תּלמידים וועלן זיך לערנען די קאַמפֿקונסט, ניצנדיק די אותיות פֿונעם העברעיִשן אַלף־בית.

די מוזיקער פֿון דער העברעיִשער פֿאָרשטעלונג „פּיטער און דער וואָלף‟ לאָזן די קינדער אויספּרוּוון זייערע אינסטרומענטן, דעם 15טן מאַרץ, אין דער סטיווען ווײַז סינאַגאָגע, אין מאַנהעטן
Larson Harley, for Music Talks: Peter and the Wolf
די מוזיקער פֿון דער העברעיִשער פֿאָרשטעלונג „פּיטער און דער וואָלף‟ לאָזן די קינדער אויספּרוּוון זייערע אינסטרומענטן, דעם 15טן מאַרץ, אין דער סטיווען ווײַז סינאַגאָגע, אין מאַנהעטן

דער פֿעסטיוואַל איז אָבער נישט בלויז פֿאַר קינדער. עס וועלן אויך פֿאָרקומען עטלעכע רעדעס אויף העברעיִש פֿון באַקאַנטע ישׂראלדיקע פֿיגורן. רובי נמדר, דער געווינער פֿונעם „ספּיר־פּריז פֿאַר ליטעראַטור פֿון 2014‟, וועלכער וווינט אין ניו־יאָרק, וועט רעדן אויף דער טעמע: „מע לעבט זיך אויס אויף ענגליש, אָבער מע שרײַבט אויף העברעיִש‟. נמדר איז דער ערשטער געווינער פֿונעם פּריז, וועלכער וווינט נישט אין ישׂראל — אַ קלאָרער סימן פֿון אַ נײַער תּקופֿה, אין וועלכער די ייִדישע מדינה באַשטעטיקט דאָס וווינען „אין גלות‟ ווי אַ לעגיטימער באַשלוס. הרבֿ אליעזר בן־יהודה, אַן אייניקל פֿונעם „טאַטן פֿון מאָדערן העברעיִש‟, וועט אויך אָפּהאַלטן אַ רעדע.