ישׂראל עפֿנט אַמבאַסאַדע אין ליטע

Israel Opens Embassy in Lithuania

דער נײַער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין ליטע, אַמיר מיימון
דער נײַער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר אין ליטע, אַמיר מיימון

פֿון ייִט״אַ

Published March 15, 2015, issue of April 03, 2015.

ישׂראל האָט די וואָך געעפֿנט איר ערשטע אַמבאַסאַדע אין ליטע.

די געשעעניש האָט מען אָפּגעמערקט מיט אַ צערעמאָניע דאָנערשטיק אין ווילנע, וווּ אַ רבֿ האָט צוגעקלאַפּט אַ מזוזה צום בנין פֿון דער נײַער אַמבאַסאַדע, האָט איבערגעגעבן די „באַלטישע נײַעס־דינסט‟.

דער ערשטער ישׂראלדיקער אַמבאַסאַדאָר הייסט אַמיר מײמון.

פֿאַרן חורבן האָבן די ייִדן באַטראָפֿן בערך 25% פֿון דער ווילנער באַפֿעלקערונג, און אין גאַנץ ליטע האָבן געוווינט 250,000 ייִדן. ס׳רובֿ פֿון זיי זענען אָבער אויסגעשאָכטן געוואָרן פֿון די דײַטשן און זייערע אָרטיקע קאָלאַבאָראַטאָרן.

ליטע האָט נאָך מיט יאָרן צוריק געעפֿנט אַן אַמבאַסאַדע אין ישׂראל — אין 1992, נאָך דעם ווי די באַלטישע מדינה איז געוואָרן אומאָפּהענגיק פֿון רוסלאַנד, און ליטע און ישׂראל האָבן אָנגעקניפּט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען. אין 2012 האָט ליטע, וועלכער איז זינט 2003 אַ מיטגליד פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד, אויך באַשטימט אַ געשעפֿטלעכן פֿאָרשטייער אין ישׂראל.

ישׂראל האָט אָבער ביז לעצטנס נישט געעפֿנט קיין אַמבאַסאַדע אין ליטע. די טענדענץ פֿון דער ליטווישער רעגירונג מאַכן צו גלײַך דעם נאַציזם מיטן קאָמוניזם, האָט שטאַרק געשטערט ליטעס רעפּוטאַציע אין ישׂראל און אין דער וועלט בכלל. די קריטיקער האַלטן, אַז ליטע ניצט דאָס אויס ווי אַ מיטל זיך אַליין צו באַפֿרײַען פֿון שולד וואָס שייך איר קאָלאַבאָראַציע מיט די נאַציס במשך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.

ליטע איז די איינציקע מלוכה, וואָס טענהט, אַז איר פֿאָלק האָט געליטן פֿון אַ גענאָציד מצד דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.

אין 2008 האָט אַ גרופּע ליטווישע פּראָקוראָרן אָנגעהויבן אַן אויספֿאָרשונג פֿון דרײַ לעבן־געבליבענע ייִדן פֿון חורבן, באַשולדיקנדיק זיי אינעם דורכפֿירן מלחמה־פֿאַרברעכנס בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. דער שריט האָט אַרויסגערופֿן שטאַרקע פּראָטעסטן מצד אַ צאָל לענדער, און די רעגירונג האָט די אויספֿאָרשונג אָפּגעשטעלט.