ווער וועט זײַן דער געווינער?

So Who's Going to Win?

אַ ריזיקער פּלאַקאַט דרייט זיך, ווײַזנדיק אין איין מאָמענט דעם ישׂראלדיקן פּרעמיִער פֿון „הליכּוד” בנימין נתניהו, און דערנאָך זײַן קעגנער, דער הויפּט פֿונעם „המחנה הציוני”, יצחק הרצוג. שבת, דעם 14 מאַרץ, תּל־אָבֿיבֿ
Getty Images
אַ ריזיקער פּלאַקאַט דרייט זיך, ווײַזנדיק אין איין מאָמענט דעם ישׂראלדיקן פּרעמיִער פֿון „הליכּוד” בנימין נתניהו, און דערנאָך זײַן קעגנער, דער הויפּט פֿונעם „המחנה הציוני”, יצחק הרצוג. שבת, דעם 14 מאַרץ, תּל־אָבֿיבֿ

פֿון עמיל קאַלין

Published March 16, 2015, issue of April 03, 2015.

די כוואַליעס פֿון שמוץ, די אומצאָליקע זידלערײַען, שקרים און מואיסקייטן וועלן פֿאַרגעסן ווערן באַלד אויפֿן צווייטן טאָג נאָך די וואַלן, בשעת די נײַע מאַפּע פֿון דער ישׂראל־פּאָליטיק וועט אָנגעצייכנט ווערן.

די איצטיקע קאַמפּאַניע האָט זיך אויסגעטיילט, דער עיקר דערמיט, וואָס עס גייט די רייד וועגן דעם לינקן לאַגער, און מיט אַ באַזונדערער ברוטאַליטעט און פּערזענלעכע אַטאַקן אויף ביבי נתניהו און זײַן פֿרוי.

שטעלט זיך די פֿראַגע: צי האָט טאַקע אָט די שיטה אונטערגעגראָבן די לעגיטימקייט פֿון אַ פּערזאָן און געבראַכט צו דעם רעזולטאַט, וואָס מ׳האָט דערוואַרט? דער ענטפֿער איז — „ניין‟! אָט די סטראַטעגיע, אַראָפּגעבראַכט פֿון אַמעריקע, איז נישט געווען בכּוח אַריבערציִען די „רעכטע שטימען‟ פֿון דער גאַס. „דער ציוניסטישער לאַגער‟ ציט צו זיך צו, קודם־כּל, די שטיצער פֿון מר״צ, וואָס קומען צו אים צו מיט דער האָפֿענונג פּטור צו ווערן פֿון דער רעכטער רעגירונג.

איין בליק אויף די אויספֿרעגן איז גענוג, כּדי צו באַשטעטיקן אָט דעם פֿאַקט: די מאַנדאַטן וואָס מר״צ קריגט, זענען מערקווערדיק געפֿאַלן; אַזוי ווײַט, אַז די פּאַרטיי געפֿינט זיך אין אַ געפֿאַר נישט אַרײַנצוגיין אין דער קומענדיקער כּנסת.

נאָך צוויי פּאַרטייען ראַנגלען זיך מיט דעם העכערן פּראָצענט וויילער, וואָס שענקען דעם אַרײַנגיי־בילעט אין דער כּנסת — פֿיר מאַנדאַטן: ליבערמאַנס רעכטע, רוסיש-געשטימטע פּאַרטיי — „ישׂראל ביתנו‟, און אלי ישיס נײַע ווײַט-רעכטע פּאַרטיי — „יחד‟. אָט די דרײַ פּאַרטייען (בתוכם „ליכּוד‟) שפּיגלען אָפּ די באַזונדערע און גאָר אינטערעסאַנטע שטראָמען אין דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט:

אויבערפֿלעכלעך גערעדט, לײַדט מר״צ פֿון דער פֿאַראייניקונג צווישן דער „אַרבעט פּאַרטיי‟ און ליבֿניס פּאַרטייעלע, וואָס שעפּט אויס אירע וויילער. ס׳איז אָבער נאָר אַ האַלבער אמת; מר״צ האָט זיך נישט באַנײַט, האָט נישט געביטן די רשימה פֿון קאַנדידאַטן פֿאַר דער כּנסת און איר קאַמפּאַניע רופֿט אַרויס אַ גענעץ. זי שטעלט זיך אַרויס ווי די אמת־לינקע באַוועגונג, ווי די וואָס וועלן „אָפּהיטן‟ הערצאָגן, ער זאָל זיך, חלילה, נישט בייגן אויף רעכטס.