ישׂראל־וואַלן זענען דאָס מאָל טאַקע וויכטיק

The Israeli Election Really Matters This Time

דער אָנפֿירער פֿון „ציוניסטישן לאַגער‟, יצחק הערצאָג (לינקס), גיט אָפּ זײַן שטים דעם 17טן מאַרץ, אין תּל־אָבֿיבֿ. לעבן אים שטייט זײַן פֿרוי, מיכל
Getty Images
דער אָנפֿירער פֿון „ציוניסטישן לאַגער‟, יצחק הערצאָג (לינקס), גיט אָפּ זײַן שטים דעם 17טן מאַרץ, אין תּל־אָבֿיבֿ. לעבן אים שטייט זײַן פֿרוי, מיכל

פֿון שבֿע כּהן

Published March 17, 2015, issue of April 03, 2015.

אַן אוממעגלעכע זאַך איז לעצטנס געשען; עס קען זײַן, אַז די צוקונפֿט פֿון דעם מיטל-מיזרח הענגט אָפּ פֿון די ישׂראל־וואַלן. די אַנטיסעמיטן האָבן פֿון לאַנג געטענהט, אַז ישׂראל טראָגט דאָס אַחריות פֿאַר אַלץ, וואָס עס קומט פֿאָר אין דעם ראַיאָן, אָבער דאָס מאָל שטעקט טאַקע עפּעס אין דעם. די איינציקע פֿראַגע איז, וויפֿל נאַרישקייטן די מערבֿ-וועלט איז גרייט אָפּצוטאָן צוליב אַן אומבאַרעכטיקטן פּחד פֿאַר מדינת-ישׂראל.

איך זיץ אין ישׂראל און שרײַב איין טאָג פֿאַר די וואַלן. עס איז נאָך נישט קלאָר, ווי ווײַט בנימין נתניהו איז דערעסן געוואָרן די ישׂראלים, מע זאָל אויסקלײַבן „בופּי‟, דאָס הייסט, בוזשי הערצאָג און ציפּי לבֿני. אין דער אמתן, איז דאָס די הויפּט-סיבה אויסצוּוויילן דעם „ציוניסטישן לאַגער‟. אין דער איצטיקער רשימה האָט „ליכּוד‟ אויסגעשלאָסן די עקסטרעם-רעכטע קאַנדידאַטן און אַרײַנגעבראַכט ביידע אַשכּנזישע און מיזרחישע פּאַרטייען — פֿרומע און וועלטלעכע — און די אײַנוווינער פֿון דער פּעריפֿעריע. די רשימה פֿון דעם „ציוניסטישן לאַגער‟ אָבער באַשטייט כּמעט אין גאַנצן פֿון די וועלטלעכע אַשכּנזים, וואָס וווינען איבערהויפּט אין דער תּל-אָבֿיבֿער געגנט.

אין אַ נאָרמאַלן יאָר וואָלט עס נישט געווען אַזוי וויכטיק, ווער זאָל זײַן דער פּרעמיער. די שׂונאים פֿון מדינת-ישׂראל באַשליסן נישט ווי זיך צו פֿירן לויט דעם, ווער ס׳איז דער פּרעמיער. די מדינה אינטערעסירט זיך נישט מיט דעם, ווער עס זײַנען די פֿירער פֿון די אַראַבישע שכנים, ווײַל אַנדערש קען אונדזער שטיצע נאָר שאַטן. אין אַ נאָרמאַלן יאָר וואָלט ישׂראל זיך נאָר פֿאַרלאָזט אויף אַמעריקעס שטיצע אין אירע אינטערנאַציאָנאַלע באַציִונגען, און זיך פֿאַרלאָזט אויף זיך אַליין פֿאַר אַלע אַנדערע זאַכן (דאָס געלט פֿאַר זיכערהייט איז שוין מער־ווייניקער סימבאָליש און פֿאַקטיש מיינט עס, אַז ישׂראל גיט אויס מער אויף וואָפֿנס).

אָבער הײַיאָר איז בכלל אַלץ אַנדערש. דעם 31טן מערץ וועלן מיר שוין וויסן, צי מ׳איז מצליח געווען אונטערצושרײַבן אַן אַטאָמישן אָפּמאַך מיט איראַן און, נאָך וויכטיקער, צי דאָס וועט זײַן אַן אָפּמאַך וואָס מײַדט אויס מלחמה אָדער נאָר לייגט זי אָפּ. דעם ערשטן אַפּריל פּלאַנירט די פּאַלעסטינער אינסטאַנץ צו ברענגען אירע טענות קעגן ישׂראל צום אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעל־געריכט. צוליב ביידע סיטואַציעס וואָלט עס געווען אַ סך בעסער, אַז נתניהו זאָל נישט ממשיך זײַן ווי דער פּרעמיער.

נתניהו האָט געהאַט רעכט צו רעדן פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס קעגן אַ הסכּם מיט איראַן. אויב דער קאָנגרעס איז נישט מסכּים מיטן אָפּמאַך, איז דאָס גאַנצע געשעפֿט אַ דורכפֿאַל. אָבער דער ריינער אמת איז, אַז נתניהו האָט געמאַכט פֿון דעם אַ באַלאַגאַן. די אַמעריקאַנער עקזעקוטיווע האָט נישט קיין שליטה איבערן קאָנגרעס; זי האָט יאָ אַ שליטה אין דער „יו־ען‟. די „מערבֿדיקע דיפּלאָמאַטן‟ האָבן שוין אַנטדעקט, אַז די מדינות פֿונעם P5+1 פּלאַנירן צו אַנולירן אַלע „יו־ען‟־סאַנקציעס קעגן איראַן, כּדי דער קאָנגרעס אָדער אַ קומענדיקער פּרעזידענט זאָל נישט קענען אָפּשאַפֿן דעם הסכּם. נתניהו האָט קלאָר דערקלערט זײַן מיינונג, און צוליב דעם וועט ישׂראל האָבן אַ קלענערע השפּעה אויף דעם, ווי שלעכט דער אָפּמאַך זאָל נישט זײַן.

וואָס עס זאָל נישט געשען וועלן די פּאַלעסטינער גיין צום אינטערנאַציאָנאַלן קרימינעלן געריכט. די פֿראַגע איז, צי אַמעריקע וועט זײַן גרייט אָנצונעמען דאָס מאָל דעם צד פֿון מדינת-ישׂראל. מאַכמוד אַבאַס האָט זייער ליב צו מאַכן איין-זײַטיקע שריט, ווײַל די וועלט האָט שוין באַוויזן, אַז זי איז גרייט צו שאַפֿן אַ פּאַלעסטינישע מדינה אָן דעם שלום, וואָס ישׂראל דערוואַרט. דערווײַל האָט אַמעריקע אָנגענומען דעם צד פֿון מדינת-ישׂראל, ווײַל זי האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דער גאַנצער ענין איז אַ שפּיל. אָבער נתניהו איז אַ גאָלער פּאָליטיקער, נישט אַ מענטש פֿון הויכע פּרינציפּן. אויב אַמעריקע וועט מיינען, אַז ישׂראל וויל נישט קיין שלום מיט די פּאַלעסטינער, און אַז דער שלום-פּראָצעס איז סתּם אַ שפּיל, וועט זי נישט באַשיצן ישׂראל פֿון דעם וועלט־אַנטיסעמיטיזם.

אין 1917 האָט ענגלאַנד פּראָקלאַמירט, אַז זי שטיצט אַ היימלאַנד פֿאַרן ייִדישן פֿאָלק אין ארץ-ישׂראל. זי האָט דאָס געטאָן נאָר צוליב דעם, ווײַל עטלעכע וויכטיקע ענגלענדער האָבן געגלייבט, אַז דאָס וועלט־ייִדנטום איז מסוגל צו צווינגען אַמעריקע, זי זאָל אַרײַן אין דער ערשטער וועלט-מלחמה. אין דער וועלט-פּאָליטיק איז נישט תּמיד וויכטיק, וואָס ס׳איז ריכטיק און וואָס ס׳איז באַרעכטיקט. צום באַדויערן, איז די וועלט-פּאָליטיק אַ גרויסער זיכערהייט-ענין פֿאַר מדינת-ישׂראל, און זי מוז אויסוויילן אַ פּרעמיער, וואָס מאַכט נישט קיין גרויסע שאָדנס פֿאַר איר, אַפֿילו אויב די שאָדנס זײַנען נאָר צוליב אומיושר.