אַ ייִדישער דאָקטער באַשולדיקט אין אַ מאָרד

Jewishly Doctor Accused of Murder

ראָבערט נוילענדער
ראָבערט נוילענדער

פֿון ייִט״אַ

Published March 18, 2015, issue of April 03, 2015.

דינסטיק, דעם 17טן מאַרץ, האָט זיך אין סיראַקוז, שטאַט ניו־יאָרק, אָנגעהויבן דער מישפּט איבער אַ דאָקטער, וועלכער ווערט באַשולדיקט אינעם דערמאָרדן זײַן ווײַב.

12 אײַנגעשוווירענע האָבן אויסגעהערט דעם ענין וועגן דעם 63־יאָריקן דאָקטער ראָבערט נוילענדער, וועלכער ווערט באַשולדיקט אינעם מאָרד פֿון דער צווייטער מדרגה און אינעם אויסבאַהאַלטן די ראַיות פֿון זײַן פֿאַרברעכן. אינעם יאָר 2012, האָט מען געפֿונען זײַן פֿרוי, לעסלי, טויט אינעם דוש. דעמאָלט האָט אָבער די פּאָליציי באַשלאָסן, אַז זי איז אומגעקומען צוליב אַן אומגליק־פֿאַל.

נוילענדער איז פֿאָרמעל באַשולדיקט און אַרעסטירט געוואָרן אין יוני. ער האָט באַצאָלט 100,000 דאָלאַר און איז אַרויס אויף קויציע. דער דאָקטער לייקנט אָפּ זײַן שולד.

דער באַשולדיקטער און די אומגעקומענע זענען ביידע געווען אַקטיווע מיטגלידער פֿון דער אָרטיקער ייִדישער קהילה. מע איז זיך משער, אַז דער פּראָצעס וועט צוציִען אַ סך צוקוקער, דערפֿאַר האָבן די געריכט־באַאַמטע אויסגעשטעלט אַ טעלעוויזיע־עקראַן, כּדי דער עולם אין אַ צווייטן זאַל זאָל נאָכפֿאָלגן דעם מישפּט.

נוילענדערס אַדוואָקאַט האָט געטענהט, אַז דער דאָקטער האָט נישט געהאַט קיין מאָטיוו צו באַגיין אַזאַ פֿאַברעכן. דערצו, האָט ער באַמערקט, אַז די אײַנגעשוווירענע קאָנען זיך באַציִען נייטראַל צו דעם ענין, אויב מע ווײַזט זיי די בלוטיקע בילדער פֿון דער אומגעקומענער פֿרוי.

אינעם יאָר 2012, האָט דאָס פּאָרפֿאָלק אָנגעפֿירט מיט דער יערלעכער שטיצע־קאַמפּאַניע פֿון דער ייִדישער פֿעדעראַציע אינעם צענטראַלן ראַיאָן פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק. לעסלי האָט אָרגאַניזירט אַ צאָל אונטערנעמונגען אין דער שטאָט דעוויט, וווּ מע האָט געזאַמלט געלט פֿאַר דער סיראַקוזער העברעיִשער טאָגשול. איר מאַן האָט געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אינעם פֿאַרברייטערן דעם אָרטיקן ייִדישן קהילה־צענטער. אַלע זייערע פֿיר קינדער האָבן זיך געלערנט אין דער דערמאָנטער שול.