ווער וועט פֿאַרנעמען מיקולסקיס אָרט?

Who Will Take Barbara Mikulski‘s Place?

באַרבאַראַ מיקולסקי
Getty Images
באַרבאַראַ מיקולסקי

פֿון דמיטרי שאַפּיראָ (ייִט״אַ)

Published March 18, 2015, issue of April 03, 2015.

באַרבאַראַ מיקולסקי, די דעמאַקראַטישע סענאַטאָרין פֿונעם שטאַט מערילענד, איז באַקאַנט מיט אירע שטאַרקע פּראָ־ישׂראלדיע דעות. איצט, ווען זי קלײַבט זיך צו פּענסיאָנירן, האָבן אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס זיך פֿאַרטראַכט, ווער וועט קאָנען אויספֿירן איר ראָלע.

דעם 2טן מאַרץ, האָט די 78־יאָריקע מיקולסקי — די איינציקע פֿרוי אין דער געשיכטע פֿונעם אַמעריקאַנער קאָנגרעס, וואָס האָט פֿאַרנומען אַזאַ פּאָזיציע במשך פֿון אַזויפֿיל יאָר — איבערגעגעבן, אַז זי וויל זיך נישט ווידער באַלאָטירן אינעם יאָר 2016. מאַרשאַל וויטמאַן, דער וואָרטזאָגער פֿון „אייפּעק‟, האָט באַמערקט, אַז די סענאַטאָרין האָט אַ סך אויפֿגעטאָן, כּדי צו פֿאַרפֿעסטיקן די באַציִונגען צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן; באַזודערס וויכטיק איז געווען איר ראָלע אינעם קריגן די אַמעריקאַנער שטיצע פֿאַר די ישׂראלדיקע זיכערהייט־ענינים.

מיקולסקי איז באַקאַנט ווי אַ פֿאַרברענטע ליבעראַלע אַקטיוויסטקע, אַ קעמפֿערין קעגן אָרעמשאַפֿט און פֿאַר פֿרויען־רעכט. אין דער זעלבער צײַט, איז זי געווען אַ בפֿירושע שטיצערין פֿון ישׂראל. צווישן די דעמאָקראַטישע רעגירונג־פֿיגורן איז אַזאַ קאָמבינאַציע הײַנט אַ זעלטנקייט.

ראָן האַלבער, דער אויספֿיר־דירעקטאָר פֿונעם „ייִדישן קהילה־ראַט פֿאַר באַציִונגען‟ אין וואַשינגטאָן, האָט באַמערקט, אַז אַחוץ איר פּערזענלעכער טעטיקייט, האָט מיקולסקיס ענערגיש קול געדינט ווי אַן אימפּעט־כּוח פֿאַר אַנדערע סענאַטאָרן אויך צו שטיצן ישׂראל. פּערזענלעך, האָט זי אָנגעפֿירט פֿון 2012 ביז 2015 מיטן יערלעכן פֿעדעראַלן בודזשעט־קאָמיטעט, וועלכער האָט באַשלאָסן אויסצוגעבן געלט און צו העלפֿן מיט אַזעלכע פּראָיעקטן, ווי די ישׂראלדיקע שוץ־סיסטעם „כּיפּת־ברזל‟. דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, האָט זי געבעטן נאָך 225 מיליאָן דאָלאַר לטובֿת דער דאָזיקער סיסטעם, וועלכע האָט זיך גענייטיקט אין נײַע ראַקעטן נאָך דער מלחמה אין עזה; דער בודזשעט־קאָמיטעט האָט זיך צוגעהערט צו איר מיינונג און איינשטימיק באַשלאָסן אויסצוצאָלן די סומע.

האַלבער האָט צוגעגעבן, אַז מיקולסקי האָט אויך אַ טאַלאַנט מיטצואַרבעטן מיט די רעפּובליקאַנער. זײַענדיק אַ שטיצערין פֿון פּראָגרעסיווע ווערטן פֿאַר דער ייִדישער קהילה, איז זי פֿאָרט מסוגל זיך צונויפֿרעדן מיט די פֿאָרשטייער פֿון דער קאָנקורירנדיקער פּאַרטיי, כּדי צו קריגן גענוג שטימען פֿאַר וויכטיקע ענינים.

די סענאַטאָרין האָט געשפּילט אַ שליסל־ראָלע אינעם קריגן די שטיצע פֿונעם „דעפּאַרטאַמענט פֿאַר היימלאַנד־זיכערהייט‟ לטובֿת נישט־קאָמערציעלע אָרגאַניזאַציעס. צוליב דעם דאָזיקן פּלאַן, האָבן אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אָנגעהויבן באַקומען יעדעס יאָר מיליאָנען דאָלאַר, כּדי צו פֿאַרבעסערן זייער זיכערהייט־מצבֿ.

מיקולסקי איז אַ קאַטוילישע קריסטלעכע פֿרוי, אַן אייניקל פֿון פּוילישע אימיגראַנטן, וואָס באַציט זיך, ווי זי האָט באַטאָנט, מיט אַ באַזונדערער סימפּאַטיע צו ייִדן און דער שארית־הפּליטה. דעם 27סטן יאַנואַר, האָט זי אײַנגעפֿירט, בשותּפֿות מיט צוויי אַנדערע סענאַטאָרן, אַ ספּעציעלע רעזאָלוציע, כּדי אָפּצומערקן דעם 70־יאָריקן יאָרטאָג פֿון אוישוויץ־באַפֿרײַונג.

מיקולסקי האָט דערציילט, אַז דער וויזיט אינעם געוועזענעם נאַצי־לאַגער האָט בײַ איר אַרויסגערופֿן טיפֿע עמאָציעס. זײַענדיק אַן אַמעריקאַנער פּאָליאַטשקע, וויל זי וויסן מער וועגן דער פּוילישער געשיכטע; זי איז אָבער נישט געווען גרייט צו דערזען דאָס דאָזיקע טראַגיש־באַרימטע אָרט פֿונעם שוידערלעכן גענאָציד מיט די אייגענע אויגן.

מע האָט דערקלערט צוויי קאַנדידאַטן פֿון מערילענד, וואָס קאָנען פֿאַרנעמען מיקולסקיס אָרט: דער רעפּובליקאַנער קריס וואַן־האָלען און די דעמאָקראַטין דאָנאַ עדוואַרדס, וועלכע ווערט געשטיצט דורך דער ליבעראַלער ייִדישער גרופּע „דזשיי־סטריט‟, וואָס פֿאַרטיידיקט מעסיקע פּראָ־ישׂראלדיקע פּאָזיציעס.