אַ ייִד אַ היסטאָריקער — אין שפּיץ פֿונעם „מעט‟

Jewish Art Historian Takes the Reins at Met

ד״ר דניאל ווײַס, דער נײַער פּרעזידענט פֿונעם „מעט‟
YouTube
ד״ר דניאל ווײַס, דער נײַער פּרעזידענט פֿונעם „מעט‟

פֿון מיכאל קאַמינער (Forward)

Published March 19, 2015, issue of April 03, 2015.

ד״ר דניאל ווײַס, דער נײַער פּרעזידענט פֿונעם ניו־יאָרקער „מעטראָפּאָליטאַנער קונסט־מוזיי‟ איז אַ היסטאָריקער, וועלכער ספּיציאַליזירט זיך אין דער מיטל־עלטערלעכער קונסט, גלייבט, אַז זײַן נײַגער און לײַדנשאַפֿט צו אַקאַדעמישע שטודיעס איז פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער דערציִונג.

אין גיכן, וועט ווײַס פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון עמילי ראַפֿערטי ווי דער הויפּט־פֿאַרוואַלטער בײַ איינער פֿון די גרעסטע און וויכטיקסטע קונסט־אינסטיטוציעס אין דער וועלט. אין זײַן שמועס מיטן Forward, האָט דער נײַער פּרעזידענט דערציילט, אַז ער איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ וועלטלעכער משפּחה, וואָס שאַצט אָפּ די ייִדישע קולטור און ווערטן.

ביז איצט, האָט ווײַס, אַ געבוירענער אין דער שטאָט ניואַרק, שטאַט ניו־דזשערזי, געדינט ווי דער פּרעזידענט פֿונעם האַווערפֿאָרד־קאָלעדזש אין פּענסילוועניע. פֿריִער האָט ער, זײַענדיק אַ פּראָפֿעסיאָנעלער פֿאַרוואַלטער מיט אַ דיפּלאָם פֿונעם יעיל־אונווערסיטעט, אָנגעפֿירט מיט די מוזיי־קראָמען בײַם „צענטער פֿון טעאַטראַלער קונסט אויפֿן נאָמען פֿון דזשאָן קענעדי‟ אין וואַשינגטאָן. זײַן דאָקטאַראַט פֿאַר דער מערבֿדיקער און ביזאַנטישער קונסט האָט ער פֿאַרטיידיקט אינעם באַלטימאָרער „דזשאָן האָפּקינס אוניווערסיטעט‟, וווּ ער איז שפּעטער געוואָרן אַ דעקאַן.

ווײַס האָט באַמערקט, אַז אין זײַן פֿאַל האָט זיך באַקומען אַ „מזלדיקער שידוך‟. ווי אַ מומחה אין פֿאַרוואַלטונג־ענינים און קונסט־געשיכטע, וועלכע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע פֿאָרשונגען אין אַ צאָל חשובֿע זשורנאַלן, פּאַסט ער גוט צו צו דער נײַער פּאָזיציע. זײַנע אַרטיקלען זענען דערשינען אין די זשורנאַלן „שטודיעס פֿונעם חורבן און גענאָציד‟ און „ייִדישע קונסט‟.

דער פֿאָרשער האָט דערציילט, אַז באַזונדערס אינטערעסאַנט איז פֿאַר אים די געשיכטע פֿון די מיטל־עלטערלעכע רעליגיעזע טראַדיציעס, וועלכע האָבן גורם געווען די קרייצ־צוגן און אַנדערע בלוטיקע קאָנפֿליקטן. ווי אַזוי איז דאָס געשען, אַז די גרויסע מאָנאָטעיִסטישע וועלט־רעליגיעס, מיט זייערע ווערטן און געדאַנקען, האָבן געבראַכט צו אויסבראָכן פֿון גוואַלד?

דער Forward האָט געפֿרעגט, ווי אַזוי אַזעלכע פֿאַרשיידענע שטאַפּלען פֿון קאַריערע, ווי געשעפֿט־פֿאַרוואַלטונג, היסטאָרישע פֿאָרשונגען און דאָס אָנפֿירן מיטן ריזיקן מוזיי זענען פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן? ווײַס האָט דערקלערט, אַז דאָס זענען טאַקע אינגאַנצן באַזונדערע ענינים. אין זײַן לעבן, האָט ער זיך אינטערעסירט מיט פֿאַרשיידנאַרטיקע זאַכן. עס האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז הײַנט האָט מען אים פֿאָרגעלייגט אַן אַרבעט אין אַן אָרט, וווּ זײַנע פֿריִערדיקע היפּוכדיקע קאַריערע־דערפֿאַרונגען האָבן זיך צונויפֿגעפֿלאָכטן.

ווײַס האָט באַמערקט, אַז כּדי צו ווערן אַ געראָטענער ראָש פֿון אַזאַ גרויסער אינסטיטוציע, מוז ער אויסנוצן זײַנע פֿאַרוואַלטערישע כּשרונות און טיף פֿאַרשטיין די ווערטן, אויף וועלכע דער „מעטראָפּאָליטאַנער מוזיי‟ איז באַגרינדעט. הײַיאָר, קלײַבט מען זיך צו פֿאַרברייטערן דעם מוזיי און אַריבערצוברענגען אַ טייל עקספּאָנאַטן אין אַ נײַעם פּלאַץ אויף מעדיסאָן־עוועניו, וווּ עס האָט זיך ביז הײַנט געפֿונען דער „וויטני־מוזיי‟. דאָס וועט זײַן אַ וויכטיקער אויפֿטו.

דער דירעקטאָר פֿונעם מוזיי, טאָמאַס קעמפּבעל, וועט פֿירן אַן איבערזיכט איבער דער טעטיקייט פֿונעם נײַעם הויפּט־אַדמיניסטראַטאָר. לויט די אָפֿיציעלע ידיעות, וואָס מע האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אין שײַכות מיטן אָננעמען ווײַסן אויף דער דאָזיקער פּאָזיציע, אַרבעטן אינעם „מעט‟ מער ווי 2,200 מענטשן. דער אָפּעראַטיווער בודזשעט פֿונעם מוזיי באַטרעפֿט איבער 300 מיליאָן דאַלאַר און האָט דעם ציל־קאַפּיטאַל פֿון בערך 3 מיליאַרד. במשך פֿונעם יאָר 2014, האָבן מער ווי 6 מיליאָן באַזוכער פֿון אַרום דער גאָרער וועלט אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אינעם מוזיי. ווײַס האָט צוגעגעבן, אַז צו קאָאָרדינירן אַזאַ ריזיקן, קאָמפּליצירטן און פֿאַרשיידנאַרטיקן אַנשטאַלט איז פֿאַר אים סײַ אַ גרויסער כּבֿוד, סײַ אַ גרויס אַחריות.