עבֿרית איז נישט קיין ייִדיש לשון?

Isn’t Hebrew a Jewish Language?


פֿון הערשל גלעזער

Published March 20, 2015, issue of April 17, 2015.

אַזוי, כאָטש אָן דעם פֿרעגצייכן, איז געווען דער טיטל פֿון אַ טשיקאַווער לינגוויסטישער אַרבעט, וואָס ס’איז אונדז אויסגעקומען צו לייענען אין אַ זאַמלבוך אונטער דער רעדאַקציע פֿון פּראָפֿ’ שיקל פֿישמאַן ע”ה. נאָר סטײַטש און היתּכן? וואָס פֿאַר אַ בילבול האָט מען דאָ אויסגעטראַכט?

ס’איז נישט קיין בילבול. מיט „ייִדיש לשון“ מיינט דער מחבר די צענדליקער לשונות, וואָס זיי זענען אויפֿגעקומען אין גלות, אויפֿן סמך פֿון אַ לאַנדשפּראַך, נאָר זענען פֿאַרייִדישט געוואָרן דורכן צוקריגן אַ לשון־קודש־קאָמפּאָנענט. עבֿרית, אָבער, איז דאָך אַליין אַ לאַנדשפּראַך און האָט קיין לשון־קודש־קאָמפּאָנענט נישט געקענט צוקריגן, וואָרן ס’איז דאָך פֿיל־ווינציקער גלײַך לשון־קודש.

חוץ דעם, זענען „ייִדישע לשונות“ אַ טייל פֿון דער צוויי־ צי דרײַ־שפּראַכיקער סבֿיבֿה: אין גלות פֿלעגן זיך ייִדן באַניצן מיט מער ווי איין לשון — גערעדט ייִדיש אָדער אַן אַנדער גלות־לשון פֿון איין זײַט, געשריבן לשון־קודש, פֿון דער אַנדערער זײַט; ווי אויך, פֿאַרשטייט זיך, גערעדט די שפּראַך פֿון די אַרומיקע אויף וויפֿל זיי האָבן זי געקענט. אָט האָבן די באַוועגונגען וואָס האָבן זיך פֿאַרמאָסטן פֿון ייִדן צו מאַכן אַ „נאָרמאַל“ פֿאָלק — קודם־כּל, די ציוניסטישע, אָבער אויך די ייִדישיסטישע — זיך אונטערגענומען אָפּצושאַפֿן אָט די צוויי־ צי דרײַ־שפּראַכיקייט.

דערבײַ פֿלעגן די העברעיִסטן טענהן, אַז ס’אַ ליגן, ווען מע זאָגט, אַז לשון־קודש איז אַ טויטע שפּראַך, וואָס קיינער רעדט נישט אויף איר — אַ סימן, ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע עקן וועלט, ווען זיי האָבן זיך געמוזט צונויפֿרעדן, פֿלעגן זיי עס טאָן אויף לשון־קודש. באַקומט זיך, אַז דאָס גערעדטע (נישט בלויז געשריבענע) לשון, וואָס פֿאַראייניקט אַלע ייִדן איז לשון־קודש, און אָט דערפֿאַר דאַרף עס ווערן די איינציקע רעדשפּראַך פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. (וואָס זשע העלפֿט גאָט? ווי ס’האָט אָנגעוויזן בשעתּו אַבֿרהם גאָלאָמב, איז דער רעזולטאַט פֿון איבער הונדערט יאָר מאַכן פֿון לשון־קודש אַ לשון־חול, אַז איצט קענען כּמעט אַלע ייִדן בלויז זייער לאַנדשפּראַך, איז גאָר געוואָרן די בשותּפֿותדיקע שפּראַך פֿון ייִדן, דאָס „לשון־קודש“ אונדזערס — ענגליש!)

נאָר לאָמיר איבערלאָזן דעם „בן־מלך“ (פּאָליטיק) און זיך אומקערן צו דער „בת־מלכּה“ (שפּראַך־וויסנשאַפֿט): וואָס דרינגען מיר פֿון די פֿריִערדיקע פּאַראַגראַפֿן אין שײַכות מיטן הײַנטצײַטיקן ייִדיש־שפּראַכיקן קיבוץ, וואָס ער באַשטייט דער עיקרשט פֿון חסידים? די פֿאָרשערס קאָנסטאַטירן, אַז דאָ אין אַמעריקע רעדן די חסידים, אַזוי צו זאָגן, דרײַ שפּראַכן: מיט גויים (אַרײַנגערעכנט נישט־חסידישע ייִדן) — סתּם ענגליש; צווישן זיך — ייִדיש (מיט אַ צומיש פֿון אַ סך ענגלישע ווערטער); אָבער צווישן זיך אויך „חסידיש ענגליש“ — ענגליש מיט אַ צומיש פֿון ייִדישע און לשון־קודשדיקע ווערטער און גראַמאַטישע השפּעות. (אַגבֿ, אין איר זייער געראָטן ביכל Becoming Frum שרײַבט ד”ר שׂרה בונין בן־אור, אַז אַפֿילו בײַ מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע ייִדן איז אָנגענומען אַ מין „חסידיש“, ד”ה פֿאַרייִדישט, ענגליש — ס’איז פֿאַררעכנט פֿאַר אַ סימן פֿון היימישקייט און פֿרומקייט.) בײַ די חסידים איז דאָך דאָס רעדן מאַמע־לשון חלילה נישט קיין מיצווה פֿאַר זיך, נאָר אַ מיטל זיך אָפּצוטיילן פֿונעם אַרום; ווײַזט אויס, אַז אין אַ געוויסער מאָס שפּילט חסידיש ענגליש די זעלביקע ראָלע.

אין מדינת־ישׂראל, ווידער, איז דער מצבֿ גאָר אַן אַנדערער: דאָרטן וווינט מען דאָך אין אַ ייִדישער מלוכה, צווישן ייִדן, וואָס רעדן אַ לשון, וואָס איז כּמעט גלײַך לשון־קודש. הייסט עס, אַז מלכות איז ייִדן, די אַרומיקע „גויים“ זענען ייִדן, דאָס „גויישע“ לשון איז אַ ייִדישס (כאָטש נישט קיין געברענגטס פֿון גלות). ווילן זיך חסידים אָפּטיילן פֿון די „גויים“ אַזוי ווי אין גלות, אָבער ווי זשע קען מען זיך פֿירן, גלײַך מע וואָלט געלעבט צווישן פֿרעמדע אין אַ פֿרעמדער מלוכה בשעת מע וווינט צווישן אייגענע אין אַן אייגענער מלוכה? אמת, ייִדן וואָס פֿירן זיך כּכל־הגויים (אַפֿילו די וואָס רעדן ייִדיש!) זענען בײַ די חרדים פֿאַררעכנט פֿאַר גויים; פֿונדעסטוועגן, קען קיינער נישט לייקענען, אַז לויטן ייִדישן דין זענען אויך יענע „גויים“ בעוונותינו הרבים אַ טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. דאָס איז אַ פּאַראַדאָקס, וואָס מע האָט ביז אַהער נישט פֿאַרענטפֿערט. אַז מע דערמאָנט זיך, אַז אין ישׂראל זענען אויך דאָ חרדים וואָס לעבן זיך יאָ אויס אויף עבֿרית און וואָס מוזן זיך אָפּטיילן פֿונעם אַרום אָן דעם שפּראַכיקן „געווער“, ווערט די מעשׂה נאָך קאָמפּליצירטער.

איז אָט פֿאַר וואָס מע קען עבֿרית נישט פֿאַררעכענען פֿאַר קיין „ייִדיש“ לשון. מיט דער צײַט וועט נאָך מער אויסקומען צו לייענען וועגן דעם שפּראַכיקן מצבֿ בײַ די חרדים. איז לאָמיר ווינטשן די פֿאָרשערס הצלחה; זאָלן זיי וויסן, אַז מיר קוקן אַרויס אויף זייער פֿאַרענטפֿערן די דאָ אַרומגערעדטע פּאַראַדאָקסן!