פֿאָרשנדיק די ייִדישע טעקעס בײַ דער „עף־בי־אײַ‟

Delving into the FBI’s Jewish Files

עטל און דזשוליוס ראָזענבערג עטלעכע שעה איידער מע האָט דורכגעפֿירט די טויטשטראָף איבער זיי
Getty Images
עטל און דזשוליוס ראָזענבערג עטלעכע שעה איידער מע האָט דורכגעפֿירט די טויטשטראָף איבער זיי

פֿון פֿיליפּ אײַל (Forward)

Published March 20, 2015, issue of April 17, 2015.

דער אַרכיוו פֿונעם „עף־בי־אײַ‟ ווערט אַראַנזשירט לויט די נעמען פֿון מענטשן, פֿון אָרגאַניזאַציעס און די טעמעס. כאָטש קיין „ייִדן־טעקע‟ גופֿא איז נישט פֿאַראַן, קאָן מען זיך אַ סך דערוויסן וועגן דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין אַמעריקע, ווען מע נישטערט דורך דעם אַרכיוו.

און טאַקע אַזוי האָב איך לעצטנס געטאָן, לכּבֿוד דער „וואָך פֿון זונענשײַן‟, פֿונעם 15טן ביזן 21סטן מאַרץ — אַ יערלעכע נאַציאָנאַלע פֿײַערונג פֿונעם אַמעריקאַנער פּרינציפּ, אַז יעדער איינער האָט צוטריט צו אינפֿאָרמאַציע.

דאָס דורכבלעטערן טויזנטער זײַטן פֿון אַלטע שוואַרץ־און־ווײַסע דאָקומענטן קלינגט אפֿשר נישט אַזוי אינטערעסאַנט, אָבער מיר האָט זיך אויסגעדאַכט ווי איך בין געקומען אויף אַ מסיבה, וווּ עס דרייען זיך אַרום אַלבערט אײַנשטײן, באָגזי סיגל, לעני ברוס, לענאַרד בערנשטיין און דזשיי עדגאַר הוּווער — דער דירעקטאָר פֿון דער „עף־בי־אײַ‟ פֿון 1935 ביז זײַן טויט אין 1972.

אינעם אַרכיוו געפֿינט זיך אַ קאָרעספּאָנדענץ צווישן הוּווער און דעם רעדאַקטאָר און פֿאַרלעגער פֿון The American Hebrew Magazine, וואָס שייך די קאַנדידאַטן פֿאַרן „אַמעריקאַן היברו‟ מעדאַל. הוּווער דריקט אויס שטיצע פֿאַר אירווינג בערלין, דער מחבר פֿונעם ליד God Bless America, צוליב בערלינס „פֿאַרשפּרייטן אַ בעסערן פֿאַרשטאַנד צווישן דעם קריסט און ייִד אין אַמעריקע‟.

אַנדערע טיילן פֿון אַרכיוו לערנען אונדז אַ סך וועגן די ייִדישע פֿאַרברעכער אין אַמעריקע. אַ לענגערער באַריכט פֿון 1946 דערציילט וועגן בנימין „באָגזי‟ סיגל, וועלכער האָט, זאָגט מען, „פּערזענלעך דערהרגעט, צום ווייניקטסן, דרײַסיק מענטשן‟, און וואָס די אַנדערע אונטערוועלטניקעס האָבן אים גערופֿן „דער באַלעבאָס איבער די מערבֿ־שטאַטן‟. וועגן מאיר לאַנסקין געפֿינט זיך אַן אַרטיקל אינעם „וואָל־סטריט דזשורנאַל‟ פֿון 1969, וואָס שאַצט זײַן פֿאַרמעגן בײַ 300 מיליאָן דאָלאַר. דער אַרטיקל ציטירט אַן אַנאָנימען פֿעדעראַלן אַגענט וועלכער האָט באַמערקט: „ווען מאיר לאַנסקי וואָלט געמאַכט לעגאַלע געשעפֿטן, וואָלט ער הײַנט געקאָנט דינען ווי דער פֿאָרזיצער פֿון דער פֿאַרוואַלטונג פֿון ׳דזשענעראַל מאָטאָרס׳.‟

אָבער די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס אַ סך באַרימטע ייִדן געפֿינען זיך אינעם אַרכיוו איז צוליב זייער פֿאַרבינדונג מיט קאָמוניזם. די כּמעט 1,500 זײַטן וועגן אַלבערט אײַנשטײן זענען פֿול מיט רמזים אויף קאָמוניזם, און דאָס זעלבע מיט דער 132־זײַטיקער טעקע פֿון דעני קיי.

די מיטלען וואָס די „עף־בי־אײַ‟ האָט אויסגעניצט, כּדי צו קריגן די אינפֿאָרמאַציע וועגן די מענטשן, זענען נישט תּמיד געווען עטישע. די טעקע וועגן דעם היסטאָריקער און דראַמאַטורג האַואַרד זין גיט איבער, למשל, ווי די „עף־בי־אײַ‟ האָט אַרויסגעפּרעסט אינפֿאָרמאַציע בײַ זינס שוועסטער דאָריס, אויפֿן תּירוץ, אַז מע וויל „בלויז באַשטעטיקן וויפֿל יאָר האָט ער געאַרבעט בײַ דער ׳אַמעריקאַנער אַרבעט־פּאַרטיי׳‟.

פֿאַרשטייט זיך, איז דאָ אַ ים מיט דאָקומענטן וועגן דזשוליוס און עטל ראָזענבערג, דאָס טרויעריק־באַרימטע פּאָרפֿאָלק, וואָס מע האָט געשיקט צו דער „עלעקטרישער שטול‟ דעם 19טן יוני 1953 פֿאַר האָבן איבערגעגעבן אַטאָמישע סודות דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. במשך פֿון די יאָרן זינט דעם מישפּט און עקזעקוציע פֿון די ראָזענבערגס, האָט מען אָנגעהויבן חושד זײַן צי דער טויט־מישפּט איז טאַקע געווען באַרעכטיקט, און אַז אפֿשר האָט די „היסטעריע‟ פֿון יענע צײַטן עס געמאַכט אַ סך ערגער ווי ס׳איז געווען.

דער מחבר פֿונעם באַריכט פֿון דער „עף־בי־אײַ‟ דריקט אָבער נישט אויס קיין שום ספֿקות אין זייער „שרעקלעכן פֿאַרברעכן‟. באַשרײַבנדיק דעם מאָמענט אין 1949, ווען דאָס „ווײַסע הויז‟ האָט באַשטעטיקט, אַז די רוסן האָבן דעטאָנירט אַן אַטאָמישע באָמבע, שרײַבט דער מחבר פֿון באַריכט: „די שאַרפֿזיניקייט פֿון די רוסן אויפֿן וויסנשאַפֿטלעכן געביט האָט זיכער געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין זייער אַנטדעקונג, אָבער לאָמיר נישט פֿאַרגעסן די ראָלע פֿון די אַמעריקאַנער פֿאַררעטער, די עקזעקוטירטע אַטאָמישע שפּיאָנען, דזשוליוס און עטל ראָזענבערג. לייענט ווײַטער די געשיכטע פֿון זייער שאַנדע — אַ פֿאַרברעכן נאָך ערגער פֿון מאָרד.‟