אַ נײַער בבֿל־טורעם

A New Tower of Babel


פֿון לייזער בורקאָ

Published March 22, 2015, issue of April 17, 2015.

ווען איך בין רויטשילד — אוי, ווען איך זאָל זײַן רויטשילד! קודם, וואָלט איך געגעבן עטלעכע מיליאָן דאָלאַר פֿאַר ייִדיש, פֿאַרשטייט זיך. אָבער ווען ייִדיש זאָל זײַן פֿאַרזאָרגט מיט כּל־טובֿ, וואָלט איך זיך גענומען צו די אַנדערע לשונות, ווײַל עס זײַנען דאָ זייער אַ סך, וואָס נייטיקן זיך אין אונדזער הילף. איך וואָלט געבויט אַ צענטראַלן מוזיי פֿאַר די שפּראַכן פֿון דער וועלט, אַ גאַנצן בנין אויפֿן זעלבן פֿאַרנעם ווי דער „נאַטור־היסטאָרישער מוזיי‟ און דער „מעטראָפּאָליטאַן‟. אַוודאי, דאַרף אַזאַ אינסטיטוציע זיך געפֿינען אין דער וועלטשטאָט ניו־יאָרק, וווּ אַן ערך אַ העלפֿט פֿון דער באַפֿעלקערונג רעדט אַן אַנדער שפּראַך ווי ענגליש אין דער היים — בסך־הכּל, אַרום 800 באַזונדערע שפּראַכן. לאַוו־דווקא אין מאַנהעטן אַפֿילו, ווײַל די מערסטע רעדט מען פֿאַקטיש אין ברוקלין און קווינס, וווּ די נײַע אימיגראַנטן קענען זיך נאָך דערלויבן צו וווינען.

אונדזער מוזיי דאַרף מען באַטראַכטן ניט בלויז ווי אַן אָרט פֿאַר אויסשטעלונגען, נאָר ווי אַ צענטער, וווּ צו לערנען די פֿאַרשיידענע שפּראַכן (אויב ניט די גאַנצע 800), און וווּ דורכצופֿירן קולטור־אונטערנעמונגען פֿון די באַזונדערע שפּראַך־קיבוצים. אַנשטאָט דעם, עס זאָל זײַן ערגעץ אַ קליינער רוסישער ביכערקראָם און נאָך ערגעץ אַ קולטור־צענטער, אַ ייִדישע קראָם און צענטער אין אַן אַנדער אָרט, אַ כינעזישע — אין אַ דריטן, און אַזוי ווײַטער — 800 באַזונדערע קראָמען און צענטערס, וואָס אַ סך פֿון זיי געפֿינען זיך ערגעץ אויף אַ בוידעם (און אַ סך גרופּעס פֿאַרמאָגן דאָס אויך ניט) — זאָל זײַן איין גרויסע אינסטיטוציע, וואָס האָט דאָס אַחריות צו באַדינען אַלע גרופּעס. אַזאַ מוזיי וואָלט געהאַט אונטער זיך אַ געזעלשאַפֿטלעכן באַזיס פֿון מיליאָנען מענטשן, און וואָלט געקענט פּרעטענדירן אויף אַ גרויסער מלוכישער סובסידיע.

מיר ווייסן, אַז דאָס לערנען פֿרעמדע שפּראַכן אין אַמעריקע הינקט אויף ביידע פֿיס — ניט צוליב די לערער, חלילה, נאָר צוליב דער סבֿיבֿה, און צוליב דער אינסטיטוציאָנעלער שוואַכקייט פֿונעם לימוד. טויזנטער שעהען לערנען אין די שולן איז פֿאַרן רובֿ תּלמידים מער־ווייניקער געפּטרטע צײַט, ווײַל דאָס לערנען איז ניט גענוג אינטענסיוו און ניט גענוג אָרגאַניזירט. אַזאַ שפּראַך־מוזיי וואָלט געקענט העלפֿן צו אָרגאַניזירן, ווי אויך צושטעלן פּעדאַגאָגישע מאַטעריאַלן און רעסורסן פֿאַר אַלע שפּראַכן איבערן גאַנצן לאַנד.

אַחוץ די צימערן פֿאַר שפּראַך־קלאַסן, די זאַלן פֿאַר אונטערנעמונגען, און דער גרויסער ביכערקראָם, וואָלט אונדזער מוזיי פֿאַרמאָגט עטלעכע גרויסע פֿליגלען מיט די אמתע אויסשטעלונגען, יעדער פֿליגל געווידמעט אַן אַנדער גרופּע לשונות. אין איין פֿליגל קענען וווינען אַזעלכע שפּראַכן, וואָס געהערן באמת צו אַ מוזיי: די טויטע שפּראַכן. דאָ זײַנען די וויטרינעס אָנגעפֿילט מיט מיצרישע פּאַפּירוסן, ליימענע פּלאַטעס, באַשריבן מיט פֿלעקלשריפֿט, שטיינער מיט גריכישע און לאַטײַנישע אויפֿשריפֿטן, אַלטע פּאַרמעטן און כּתבֿ־ידן פֿון מיטל־עלטער, ווי אויך ווענט, באַצירט מיט דער בילדערשריפֿט פֿון די מאַיאַ־אינדיאַנער, פֿון די אַלטע כינעזער, מיט מיצרישע היעראָגליפֿן. דאָ קען מען אילוסטרירן מיט אָביעקטן, ווי אַזוי דער העברעיִשער אַלף־בית האָט זיך אַנטוויקלט, דערנאָך דער גריכישער אַלפֿאַבעט, דער לאַטײַנישער, דער קירילישער (רוסישער) אאַז”וו.

איין פֿליגל וואָלט באַהאַנדלט די טויזנטער קליינע שפּראַכן פֿון דער וועלט, וואָס שטייען הײַנט פֿאַר דער סכּנה פֿאַרגעסן צו ווערן. איך האָב אין זינען ניט בלויז די גאָר־גאָר קליינע, וואָס עס רעדן בלויז עטלעכע צענדליק אָדער עטלעכע הונדערט מענטשן, נאָר אויך נישקשהדיק גרויסע שפּראַכן מיט צענדליקער און הונדערטער טויזנטער רעדער, אַזוי ווי אונדזער ייִדיש, אָדער אויך באַסקיש, וועלשיש, ברעטאָניש, און ווער קען זיי אַלע אויסרעכענען. מע דאַרף זיך אויך ספּעציעל אָפּגעבן מיט די אינדיאַנער־שפּראַכן, וואָס אַ מאָל האָט מען זיי גערעדט איבער גאַנץ אַמעריקע און הײַנט זײַנען פֿאַרבליבן נאָר רעשטלעך. דער פֿליגל וואָלט געהאַט די עובֿדה סײַ צו דערציילן וועגן די דאָזיקע לשונות, סײַ צו ווײַזן ווי אַזוי מע קען זיי אויפֿהאַלטן און איבערגעבן צום ייִנגערן דור. דערבײַ קען מען האָפֿן, אַז די אַקטיוויסטן פֿון יעדן לשון וועלן זיך לערנען איינער פֿונעם צווייטן און אַזוי וועט די אַרבעט בשותּפֿות האָבן אַ גרעסערע פּעולה.