וואָס איז ייִדישלעך אינעם „סטאַר־טרעק‟?

What‘s Jewish About Star Trek?

לענאַרד נימוי, אין דער ראָלע פֿונעם וווּלקאַנער ספּאָק, ווינטשט ברכה־והצלחה מיט אַ מין „ברכּת־כּהנים‟.
Courtesy of memory-alpha.org
לענאַרד נימוי, אין דער ראָלע פֿונעם וווּלקאַנער ספּאָק, ווינטשט ברכה־והצלחה מיט אַ מין „ברכּת־כּהנים‟.

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published March 22, 2015, issue of April 17, 2015.

דער אַמעריקאַנער אַקטיאָר לענאַרד נימוי, וועלכער איז ניפֿטר געוואָרן דעם 27סטן פֿעברואַר, איז באַקאַנט ווי איינער פֿון די צענטראַלע פּערסאָנאַזשן פֿון דער אָריגינעלער „שטערן־נסיעה‟. אַזוי האָט לייבל באָטוויניק, דער מחבר פֿונעם פֿאַנטאַסטישן בוך „געהיימע שליחות‟ אויף ייִדיש, אָנגערופֿן דעם קלאַסישן פֿאַנטאַסטישן טעלעוויזיע־סעריאַל „סטאַר־טרעק‟ אין זײַן קורצן אַרטיקל אויף ייִדיש, וואָס ער האָט אָנגעשריבן פֿאַרן „אינסטיטוט פֿון דער קלינגאָנער שפּראַך‟.

די קלינגאָנער, אַ ברוטאַלע מיליטאַנטישע פֿרעמדפּלאַנעטישע ראַסע, האָט זיך צום ערשטן מאָל באַוויזן אינעם סעריאַל דעם 23סטן מאַרץ 1967. ספּאָק, אַ פֿאָרשטייער פֿון די וווּלקאַנער — אַן אַנדער ראַסע פֿונעם ווײַטן קאָסמאָס, אַ רויִקע און שׂכלדיקע, מיט טשיקאַווע שפּיציקער אויערן — איז דעמאָלט שוין געווען גוט באַקאַנט די צוקוקער, אָנהייבנדיק פֿונעם סאַמע ערשטן עפּיזאָד. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער נאָכן אײַנפֿירן די קלינגאָנער, האָט נימוי, וועלכער האָט אויסגעפֿירט ספּאָקס ראָלע, פֿאַרחידושט די ייִדישע ליבהאָבער פֿונעם סעריאַל מיטן וווּלקאַנער באַגריסונג־צייכן, וואָס זעט אויס ענלעך צום כּהנים־זשעסט בײַם דוכענען. אין פֿאַרגלײַך מיט דער ברכּת־כּהנים, שטרעקן אָבער די וווּלקאַנער אַרויס בלויז איין האַנט מיט צעשפּרייטע פֿינגער.

שפּעטער, האָט נימוי דערקלערט, אַז זײַענדיק אַ נײַגעריק קינד, האָט ער זיך אונטערגעקוקט אונטער זײַן טאַטנס טלית בעת דער ברכּת־כּהנים אין דער שיל, און האָט דערזען דעם מיסטעריעזן פֿינגער־צייכן. דאָס איז נישט דער איינציקער סימן פֿון ייִדישקייט אינעם „סטאַר־טרעק‟.

למשל, אין אַ שפּעטערדיקן גילגול פֿונעם סעריאַל, אינעם יאָר 1998, באַווײַזן זיך צוויי חסידישע ייִדן. די מעשׂה קומט פֿאָר אין די 1950ער יאָרן; בענדזשאַמין סיסקאָ, דער שוואַרץ־הויטיקער קאַפּיטאַן פֿון דער קאָסמישער סטאַנציע „דיפּ־ספּייס 9‟, הייבט אָן זען וויזיעס פֿון דער ווײַטער פֿאַרגאַנגענהייט, אין וועלכע ער טרעט אויף ווי אַ יונגער ניו־יאָרקער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער שרײַבער.

נישט אַלעמאָל זענען די מעגלעכע ייִדישע רמזים אינעם „סטאַר־טרעק‟ פּאָזיטיוו. די קריטיקער האָבן באַמערקט, אַז די פֿערענגי, אַ ווילד סעקסיסטישע, קאַרגע און שווינדלערישע ראַסע מיט גרויסע אויערן, זעען אויס ווי אַ פֿאַרקערפּערונג פֿון אַנטיסעמיטישע קאַריקאַטורן. לויט אַן אַנדער אָפּטײַטש, רעפּרעזענטירן זיי אָבער די אַלגעמיינע קאַפּיטאַליסטישע שטימונג פֿון אונדזער תּקופֿה. אין דער צוקונפֿט, וווּ עס קומען פֿאָר די געשעענישן פֿון די פֿאַנטאַסטישע געשיכטעס, זענען אויף דער ערד מער נישטאָ קיין געלט־באַציִונגען און עס הערשט אַ געזעלשאַפֿטלעכע סיסטעם מיט כּמו־סאָציאַליסטישע עלעמענטן.

דער „סטאַר־טרעק‟ בלײַבט באַקאַנט, בפֿרט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, ווי אַ קאַנאָנישער טעלעוויזיע־סעריאַל, וואָס ווײַזט אַ ליכטיקן פּראָגרעסיוון עתיד, וווּ די הײַנטיקע געזעלשאַפֿטלעכע צרות זענען באַזיגט געוואָרן און כּמעט אַלע מחלות אָדער נאַטור־קאַטאַסטראָפֿעס קאָן מען אויסמײַדן צוליב דער גאָר הויך אַנטוויקלטער וויסנשאַפֿט.

הרבֿ יונתן גרשום, אַ בראַצלעווער חסיד און אַ באַקאַנטער פֿרומער שטיצער פֿון וועגעטאַרישקייט, האָט מיט 5 יאָר צוריק אַרויסגעגעבן אַ גאַנץ בוך וועגן ייִדישע עלעמענטן פֿונעם „סטאַר־טרעק‟. ער באַטראַכט אַזעלכע טשיקאַווע ענינים, ווי די קשיא, צי מע קאָן בלײַבן אַן אויטענטישער אָנהענגער פֿון דער וווּלקאַנער פֿילאָסאָפֿיע און פֿאָרט זײַן אַ פֿרומער ייִד. דער דאָזיקער רבֿ פֿירט אָן מיט אַ ספּעציעלן בלאָג פֿאַר „טרעק־ייִדן‟.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.