ליִאַ קעניג: די לעגענדע פֿון ישׂראל־טעאַטער

Lea Koenig: Legend of the Israeli Stage

ליאַ קעניג מיט איר הינטל טשיקיטע
Bella Bryks-Klein
ליאַ קעניג מיט איר הינטל טשיקיטע

פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף

Published March 22, 2015, issue of April 17, 2015.

ליִא קעניג איז באמת די קעניגין פֿון דער נאַציאָנאַלער ישׂראל־בינע. דער טעאַטער־עולם האָט זי ליב און אָנערקענט איר יעדע ראָלע — סײַ אין עבֿרית און סײַ אין ייִדיש. זיך צו טרעפֿן מיט דער באַליבטער אַקטריסע האָט מען זיך נישט לאַנג צוריק צונויפֿגענומען אינעם הויז פֿון „אַרבעטער־רינג‟, אין תּל־אָבֿיבֿ. אָרגאַניזירט און דורכגעפֿירט האָט די טרעפֿונג בעלאַ בריקס־קלײַן, די ענערגישע און געטרײַע אַקטיוויסטקע פֿון ייִדיש אין ישׂראל.

ליִאַ קעניג, וואָס האָט אין דער אונטערנעמונג געשפּילט זיך אַליין, איז געזעסן אויבנאָן, האַלטנדיק אויף די הענט איר הינטל טשיקיטע. געעפֿנט האָט די טרעפֿונג שוראַ גרינהויז־טורקאָן, אַ באַקאַנטע ייִדישע אַקטריסע, וואָס פֿירט שוין נישט איין יאָר אָן מיט די אינטערעסאַנטע קולטור־אונטערנעמונגען בײַם „אַרבעטער־רינג‟. זי האָט איבערגעגעבן דאָס וואָרט, ריכטיקער דאָס פּאָעטישע וואָרט, דער פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן, וואָס האָט איבערגעלייענט איר נײַ ליד, געווידמעט ליִאַ קעניג.

וועגן דעם שאַפֿערישן וועג פֿון ליִאַ קעניג, דער „לעגענדע פֿון ישׂראל־טעאַטער‟, האָט דערציילט דער פּראָפֿעסאָר פֿונעם בר־אילן־אוניווערסיטעט יניבֿ גאָלדבערג. נאָך זײַן אויפֿטריט האָט די בינע איבערגענומען די חבֿרה אַרטיסטן פֿונעם „ייִדישפּיל‟־טעאַטער. מיט הומאָר און אַ סך פֿאַנטאַזיע האָבן די קאָלעגן פֿון קעניג אויסגעפֿילט אַ פּאָפּורי פֿון פּאָפּולערע ייִדישע לידער, מיט אַ פּערזענלעכן קאָנטעקסט, געווידמעט ליִאַ קעניג.

אײַנפֿאַלעריש האָט בעלאַ בריקס־קלײַן צוגעטראַכט די ליטעראַטור־מוזיקאַלישע באַגריסונג, אַרײַנפֿלעכטנדיק פֿראַגמענטן פֿון די טעלעוויזיע־ און קינאָפֿילמען, וווּ ליִאַ קעניג האָט געשפּילט די הויפּט־ראָלעס — „מירעלע אפֿרת‟, „אַ וועגווײַזער פֿון וואַרשע‟ און אַנדערע…

מיט ליִאַ קעניג האָב איך זיך באַקענט אין טשערנאָוויץ מיט זיבן יאָרן צוריק, בעתן אינטערנאַציאָנאַלן סימפּאָזיום לכּבֿוד 100 יאָר זינט דער היסטאָרישער שפּראַך־קאָנפֿערענץ, 1908. ווען כ‘האָב זי געהערט אין יענע טעג אויפֿטרעטן אויפֿן קאָנצערט, האָב איך באַלד פֿאַרשטאַנען, ווי גרויס איז איר טאַלאַנט און טעאַטראַלע מײַסטערשאַפֿט. איך בין אַזוי פֿאַרכּישופֿט געווען מיט איר שפּיל, אַז ווי נאָר דער פֿאָרהאַנג האָט זיך פֿאַרמאַכט, בין איך שוין געווען לעבן איר, פֿאַרבעטן זי קיין קעשענעוו מיט אירע קאָנצערטן. ליִאַ האָט אָנגענומען מײַן פֿאַרבעטונג מיט גרויסע הנאָה, אָבער, ווי עס האָט זיך שפּעטער אַרויסגעוויזן, האָבן די ישׂראל־טשינאָווניקעס זיך באַצויגן קאַלט צו מײַן פֿאָרשלאָג, און פֿון דעם גאַנצן פּלאַן האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם.

בעת דער טשערנאָוויצער וואָך האָבן מיר אַ סך גערעדט, און ליִאַ האָט מיר דערציילט וועגן איר לעבן פֿאַרן עולה זײַן קיין ישׂראל און איר באַקאַנטער אַקטיאָרישער פֿאַמיליע.

זי איז געבוירן געוואָרן אין דער פּוילישער שטאָט לאָדזש. איר טאַטע, יוסף קאַמען, איז געווען צווישן די פֿירנדיקע אַקטיאָרן פֿון דער „ווילנער טרופּע‟; די מאַמע, דינה קעניג, איז אַרײַנגענומען געוואָרן אין דער באַרימטער טרופּע נאָך אַ קינד. נאָכן חתונה האָבן מיט יוספֿן, שוין האָבנדיק אַ קינד, איז זי אַריבערגעפֿאָרן קיין טשערנאָוויץ, וווּ די קליינע ליִאַ איז אויסגעוואַקסן…

ליִאַ האָט מיר געוויזן די גאַסן און געסעלעך, וואָס האָבן אַרויסגערופֿן וואַרעמע דערמאָנונגען וועגן אירע קינדער־יאָרן.

גייענדיק צווישן דעם עולם, האָט ליאַ קעניג געזונגען דאָס באַקאַנטע ליד „עלע־בעלע‟
Bella Bryks-Klein
גייענדיק צווישן דעם עולם, האָט ליאַ קעניג געזונגען דאָס באַקאַנטע ליד „עלע־בעלע‟

די מאַמע פֿלעגט אַ סך אַרומפֿאָרן מיט דער טעאַטער־טרופּע איבער שטעט און ייִדישע שטעטלעך פֿון רומעניע, בעסאַראַביע, בוקאָווינע. ווי אַ סך „פּרימאַדאָנעס‟ אין יענער צײַט, האָט זי צונויפֿגעשטעלט קליינע אַמאַטאָרישע טרופּעס, און אויפֿגעטראָטן מיט גרויס דערפֿאָלג אין די פּאָפּולערע ייִדישע אָפּערעטעס און קאָמעדיעס. אַזוי איז עס אָנגעגאַנגען ביזן יאָר 1940, ווען בעסאַראַביע איז געוואָרן סאָוועטיש. דווקא אין דעם זעלבן יאָר איז אין קעשענעוו געגרינדעט געוואָרן דער מלוכישער ייִדישער טעאַטער, אין שפּיץ מיטן רעזשיסאָר און דיכטער יעקבֿ שטערנבערג.

ווי ליִאַ האָט זיך דערמאָנט, איז דאָס איינציקע יאָר אין דעם נײַעם טעאַטער, וווּ זי איז ממש דערצויגן געוואָרן הינטער זײַנע קוליסן, געווען פֿאַר איר אַ „גאָלדענע תּקופֿה‟. די ערשטע פֿאָרשטעלונג פֿונעם טעאַטער איז געווען גאָלדפֿאַדענס „כּישוף־מאַכערין‟. צו דער פּרעמיערע איז פֿון מאָסקווע געקומען בנימין זוסקין, וואָס האָט געזאָגט נאָך דער פֿאָרשטעלונג, אַז דער קעשענעווער טעאַטער קאָן ווערן דער בעסטער אין גאַנץ ראַטן־פֿאַרבאַנד. במשך פֿון דעם יאָר, ביז די מלחמה האָט זיך אָנגעהויבן, האָט דער טעאַטער אויפֿגעפֿירט עטלעכע פּיעסעס. דעם 28סטן יוני 1941 האָט געזאָלט געשפּילט ווערן די נײַע פּרעמיערע — דאַניעלס פּיעסע „יוליִוס‟; די מלחמה האָט אויסגעבראָכן מיט אַ וואָך פֿריִער.

די טרופּע איז עוואַקויִרט געוואָרן קיין טאַשקענט און „צײַטווײַליק‟ צעלאָזט געוואָרן. דינה מיט דער משפּחה איז געבליבן שטעקן אין דער אוזבעקישער שטאָט סאַמאַרקאַנד. דאָרט האָט זי אָפּגעזוכט דער אָנפֿירער פֿון דעם מאָלדאַווישן דזשעז־אָרקעסטער, שיקאָ אַראַנאָוו, און זי פֿאַרבעטן אויף אַרבעט. מיט דעם אָרקעסטער איז דינה קעניג אַרומגעפֿאָרן גאַנץ רוסלאַנד, אויפֿגעטראָטן אין די מיליטערישע שפּיטעלער, פֿאַבריקן, אויפֿן פֿראָנט. ליִאַ האָט זיך, פֿאַרשטייט זיך, געשלעפּט מיט איר מאַמען איבער די שווערע מלחמה־וועגן.

ווען די מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט, האָט ליִאַ זיך אומגעקערט קיין טשערנאָוויץ, אָבער זיך דאָרט לאַנג נישט פֿאַרהאַלטן. ווי געוועזענע בירגער פֿון רומעניע, האָט די משפּחה באַקומען די דערלויבעניש אַרויסצופֿאָרן קיין רומעניע. אין בוקאַרעשט האָט דינה קעניג באַלד אָנגעהויבן שפּילן די הויפּט־ראָלעס אינעם דאָרטיקן ייִדישן טעאַטער. ליִאַ האָט געחלומט צו גיין מיט איר מאַמעס וועג, אָבער די מאַמע איז בפֿירוש געווען קעגן דעם. נאָך מער: זי האָט געעצהט דער טאָכטער זיך אויסצולערנען אַ גוטע פֿאַך, ווי שנײַדערײַ, למשל, און זיך נישט פֿאַרדייען דעם קאָפּ מיטן ייִדישן טעאַטער. דאָס מזל האָט אָבער צוגעשפּילט: צבֿי שטאָלצער, אַן אָקטיאָר אינעם טעאַטער, האָט דערהערט ווי די יונגע ליִאַ לייענט אויף רוסיש פּושקינס לידער, און איז ממש פֿאַרכאַפּט געוואָרן מיט איר אַרטיסטישן טאַלאַנט. ער האָט זי טאַקע געשטיצט אָנהייבן אַן אַקטיאָרישע קאַריערע, און ליִאַ האָט מיט דער צײַט אויסגעפֿילט אינעם בוקאַרעשטער ייִדישן טעאַטער איבער 30 ראָלעס. איר באַליבטע ראָלע איז געווען אַנאַ פֿראַנק אין דער פֿאָרשטעלונג מיטן זעלבן נאָמען.

אין 1961 איז ליִאַ מיטן מאַן געקומען קיין ישׂראל. נאָך לאַנג פֿאַרן אַרויספֿאָרן האָט זי אָנגעהויבן לערנען עבֿרית. זי האָט געוווּסט, אַז ייִדיש אין ישׂראל איז אויף גרויסע צרות, אַזוי אַז ממשיך זײַן איר אַרטיסטישע קאַריערע וועט זי מוזן אויף עבֿרית. איר טאַלאַנט און דאָס וועלן שפּילן טעאַטער אין איר נײַער היים האָט זי געבראַכט אין „הבימה‟, וווּ זי האָט אָנגעהויבן אַרבעטן. איר מײַסטערשאַפֿט איז הויך אָפּגעשאַצט געוואָרן; ליִאַ קעניג איז געקרוינט געוואָרן מיט דער העכסטער מלוכישער באַלוינונג — „פּרס ישׂראל‟.

צום סוף פֿון דער טרעפֿונג אין „אַרבעטער־רינג‟, האָט דעם מיקראָפֿאָן איבערגענומען ליִאַ קעניג אַליין. זי האָט באַדאַנקט אַלעמען, און, גייענדיק צווישן דעם עולם, אויסגעזונגען מיט אַלע חנען דאָס באַקאַנטע בעסאַראַבער ליד פֿון זעליק באַרדיטשעווער, „עלע־בעלע‟.

ליִאַ קעניג זינגט זעליק באַרדיטשעווערס ליד „עלע־בעלע‟ אין וואַרשע, 2005.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.