ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published March 24, 2015, issue of April 17, 2015.

מאָריס האָלענדער
YouTube
מאָריס האָלענדער

די אָנגײענדיקע מוזיקאַלישע ירושה פֿון מאָריס האָלענדער ז״ל

האַנקוס נעצקי און „טעמפּל בית־ישׂראל‟ אין װאַלטאַם, מאַסאַטשוסעטס (25 האַרװאַרד־גאַס) אָרדענען אײַן אַ קאָנצערט לכּבֿוד דער מוזיק פֿון מאָריס האָלענדער ז״ל. דער קאָנצערט װעט אַרײַננעמען פֿאַרשידענע מינים לידער פֿון זײַן רעפּערטואַר, אַרײַנגערעכנט פֿאָלקסלידער, טאַנץ־מעלאָדיעס, זמירות, ניגונים, לידער לכּבֿוד יום־טובֿים און אַ פּורים־שפּיל, װאָס זײַן שװעסטער סערענאַ האָט אָנגעשריבן אין 1932. אינעם קאָנצערט װעלן אָנטײלנעמען די זינגער הענרי קאַרי, מרים־חיה סגל און ראַבינערין דזשעסיקאַ קײט־מעיאָר, צוזאַמען מיטן „ייִדישן מוזיקאַלישן אַנסאַמבל‟ בײַ דער „נײַ־ענגלאַנדער מוזיק־קאָנסערװאַטאָריע.‟

דער קאָנצערט קומט פֿאָר זונטיק, דעם 29סטן מאַרץ, 2 אַזײגער נאָכמיטאָג.

יאָרטאָג פֿונעם װאַרשעװער געטאָ־אױפֿשטאַנד אינעם תּל־אָבֿיבֿער „אַרבעטער-רינג‟

דער קולטור־קרײַז בײַם „אַרבעטער־רינג‟ אין ישׂראל װעט מיטװאָך, דעם 15טן אַפּריל, אָפּמערקן דעם 72סטן יאָרטאָג פֿונעם װאַרשעװער געטאָ־אױפֿשטאַנד. אין דער פּראָגראַם, אָנגעפֿירט פֿון שׂרה גרינהױז־טורקאָװ, װעט אױפֿטרעטן דער „מיכאל קלעפּפֿיש־כאָר‟. עס װעלן רעדן דער װילנער פּאַרטיזאַנער ברוך שוב און די פּאָעטעסע רבֿקה באַסמאַן בן־חײם. די צערעמאָניע הײבט זיך אָן 11:30 אין דער פֿרי בײַם „אַרבעטער־רינג‟ (48 קאַלישער תּל־אָבֿיבֿ).

„טױט פֿון אַ סײלסמאַן‟

לױט אַ באַריכט אינעם „ניו־יאָרק טײַמס‟ װעט דער „נײַער ייִדישער רעפּערטואַר־טעאַטער‟ פֿאָרשטעלן אַ נײַעם נוסח פֿון אַרטור מילערס באַקאַנטער פּיעסע „טױט פֿון אַ סײלסמאַן‟ אױף ייִדיש בײַם „קאַסטילאָ טעאַטער‟ אין מאַנהעטן. די שפּיל, אין דער ייִדישער איבערזעצונג פֿון יוסף בולאָף, װעט אַרויסהייבן די ייִדישע װאָרצלען פֿון דער פּיעסע.

„גולם‟ און „ליטוואַקוס‟ אין „דראָם‟

די קלעזמער־קאַפּעליעס „גולם‟ און „ליט­וואַקוס‟ וועלן שפּילן צוזאַמען שבת, דעם 28סטן מאַרץ, 7 אַזייגער אין אָוונט אין דער פּאָפּולערער קרעטשמע „דראָם‟ (85 עוועניו A אין ברוקלין). נאָך אינפֿאָרמאַציע: http://www.dromnyc.com

„ליבעלע דואָ‟ אין „ייִוואָ‟

דער דועט „ליבעלע דואָ‟
דער דועט „ליבעלע דואָ‟

די גרופּע „ליבעלע דואָ‟, וואָס באַשטייט פֿון די פֿראַנצייזישע זינגערקעס עלינאָר ביזונ­סקי און עלינאָר וועיל, צוזאַמען מיט פּיט רו­שעווסקי, וועלן פֿאָרשטעלן אַ פּראָגראַם פֿון לידער, וואָס בינדן צונויף די ייִדישע און פֿראַנ­צייזישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס. דער קאָנצערט וועט אַרײַנעמען ייִדישע לידער פֿונעם פֿראַנצייזישן מוזיקער דזשאָק גראָבער, פֿראַנצייזישע לידער, געזונגען אויף ייִדיש, און אויך זעלטענע טראַדיציאָנעלע ייִדישע לידער. דער דועט וועט אויך פֿאָרשטעלן אויסצוגן פֿון זייער נײַער מוזיקאַלישער אַדאַפּטאַציע פֿון אַהרן צייטלינס „די עזאָטערישע פּאָעמע‟ מיטן ליאַלקע־מײַסטער דזשאָן לעווין.

דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 29סטן מאַרץ, בײַם „ייִוואָ‟. כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט באַזוכט http://yivo.org/events/index.php?tid=205&aid=1356d=1356.

אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין תּל־אָביבֿ

אין תּל־אָבֿיבֿ בײַם „צענטער א׳׳נ פֿון סוזן דלל‟ וועט פֿאָרקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון מוזיק אויף ייִדיש. דער פֿעס­טיוואַל גייט אָן פֿון מוצאי־שבת, דעם 4טן אַפּריל ביז מאָנטיק, דעם 6טן אַפּריל. צווישן די מו­זיקאַלישע גרופּעס וועלן אויפֿטרעטן די פּוילי­שע פּאָפּ־שטערן קאַיאַ מיט אַ ריי ייִדי­שע לידער, די נאָרוועגישע זינגערין בענטאַ קאַהאַן און מענדי כּהנא מיט דער קאַפּעליע „שפּילבערג‟.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: http://www.suzannedellal.org.il/?CategoryID=447.

„וואַרשע‟: אַ נײַער חסידישער חול־המועד פּסח־שפּיל

די באַקאַנטע חסידישע שפּיל־מײַסטערס שלמה פּערל און אַרי פֿראַנקל, וואָס זענען ברייט באַוווּסט אויף דער חסידישער גאַס צוליב זייערע פֿריִערדיקע פֿאָרשטעלונגען אַזוי ווי „אַ סליחות־נאַכט אין קיִעוו‟, „על נהרות בבֿל‟ און אַנדערע, שטעלן הײַיאָר פֿאָר אַ נײַע שפּיל „אַ פֿינצטערע נאַכט אין וואַרשע‟. די שפּיל וועט פֿאָרקומען בײַם „ברוקלינער קאָלעדזש‟ אינעם זאַל אויפֿן נאָמען פֿון וואַלט וויטמאַן (נאָסטראַנד עוועניו און עוועניו H). די פֿאָרשטעלונגען וועלן פֿאָרקומען מאָנטיק, דעם 6טן אַפּריל (1:30 נאָך מיטאָג און 7:30 אין אָוונט) און דינסטיק, דעם 7טן אַפּריל (11:30 אין דער פֿרי).

נאָך אינפֿאָרמאַציע: קלינגט אָן 8326—500—669—1.

קאָנפֿערענץ: „ייִדישיזם: מיטאָלאָגיעס און איקאָנאָגראַפֿיעס‟

דער „ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט אין וואַרשע א׳׳נ פֿון עמנואל רינגעלבלום‟ און דער „פּאַריזער ייִדיש־צענטער־מעדעם־ביב­ליאָטעק‟, צוזאַמען מיטן „פּוילישן פֿאַרבאַנד פֿאַר ייִדיש־לימודים‟ און די „מיכל פֿרידמאַן פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער און העברעיִשער לי­טע­ראַטורן אין פּוילן‟ אָרגאַניזירן אַן אינטער­נאַציאָנאַלע קאָנפֿערענץ אויף דער טעמע „ייִדישיזם: מיטאָלאָגיעס און איקאָנאָגראַפֿיעס‟. די קאָנפֿערענץ וועט הײַיאָר פֿאָרקומען דעם 15טן און דעם 16טן נאָוועמבער, אינעם „ייִדישן היסטאָרישן אינסטיטוט אין וואַרשע‟.

לויט אַ „קול־קורא‟, אַרויסגעשיקט פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן אויף ייִדיש, וועט די קאָנ­פֿערענץ „קריטיש באַטראַכטן די שאַפֿונג, פֿאַר­שפּרייטונג און טראַנספֿאָרמאַציע פֿון ייִדי­שיסטישן מיטאָס זינט דעם 19טן יאָר­הונ­דערט און ביזן הײַנטיקן טאָג‟.

כּדי אָנטיילצונעמען אין דער קאָנפֿערענץ שיקט אַרײַן אַ קיצור, אויף ייִדיש אָדער ענגליש, פֿונעם פֿאָרגעלייגטן רעפֿעראַט (300 ווערטער), צוזאַמען מיט אַ ביאָגראַפֿיע (200 ווערטער), ביזן 4טן מײַ אויפֿן אַדרעס myths@jhi.pl. די רעפֿעראַטן קענען פֿאָרגעלייענט ווערן אויף ייִדיש אָדער ענגליש.

די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער קאָנפֿערענץ — קאַראָלינע שימאַניאַק („ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט אין וואַרשע‟), נאַטאַליע קריניצקאַ („פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟) און טל חבֿר־כיבאָווסקי („פּאַריזער ייִדיש־צענטער‟) גיבן אויך איבער, אַז ס׳זענען דאָ אַ צאָל סטיפּענדיעס, וואָס וועלן דעקן אַ טייל פֿון די הוצאות פֿון דער רײַזע קיין פּוילן און דאָס אָנטיילנעמען אויף דער קאָנפֿערענץ. די סטיפּענדיעס זענען דער עיקר פֿאַר סטודענטן און יונגע־פֿאָרשערס פֿון מיזרח־ און צענטראַל־אייראָפּע.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: https://www.facebook.com/events/936074406433427/