ייִדיש איבער דער וועלט

Yiddish Around the World

פֿון דזשאָרדין קוציק

Published March 24, 2015, issue of April 17, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

„גולם‟ און „ליטוואַקוס‟ אין „דראָם‟

די קלעזמער־קאַפּעליעס „גולם‟ און „ליט­וואַקוס‟ וועלן שפּילן צוזאַמען שבת, דעם 28סטן מאַרץ, 7 אַזייגער אין אָוונט אין דער פּאָפּולערער קרעטשמע „דראָם‟ (85 עוועניו A אין ברוקלין). נאָך אינפֿאָרמאַציע: //www.dromnyc.com

„ליבעלע דואָ‟ אין „ייִוואָ‟

דער דועט „ליבעלע דואָ‟
דער דועט „ליבעלע דואָ‟

די גרופּע „ליבעלע דואָ‟, וואָס באַשטייט פֿון די פֿראַנצייזישע זינגערקעס עלינאָר ביזונ­סקי און עלינאָר וועיל, צוזאַמען מיט פּיט רו­שעווסקי, וועלן פֿאָרשטעלן אַ פּראָגראַם פֿון לידער, וואָס בינדן צונויף די ייִדישע און פֿראַנ­צייזישע מוזיקאַלישע טראַדיציעס. דער קאָנצערט וועט אַרײַנעמען ייִדישע לידער פֿונעם פֿראַנצייזישן מוזיקער דזשאָק גראָבער, פֿראַנצייזישע לידער, געזונגען אויף ייִדיש, און אויך זעלטענע טראַדיציאָנעלע ייִדישע לידער. דער דועט וועט אויך פֿאָרשטעלן אויסצוגן פֿון זייער נײַער מוזיקאַלישער אַדאַפּטאַציע פֿון אַהרן צייטלינס „די עזאָטערישע פּאָעמע‟ מיטן ליאַלקע־מײַסטער דזשאָן לעווין.

דער קאָנצערט וועט פֿאָרקומען זונטיק, דעם 29סטן מאַרץ, בײַם „ייִוואָ‟. כּדי צו באַשטעלן אַ בילעט באַזוכט //yivo.org/events/index.php?tid=205&aid=1356d=1356.

אינטערנאַציאָנאַלער ייִדיש־פֿעסטיוואַל אין תּל־אָביבֿ

אין תּל־אָבֿיבֿ בײַם „צענטער א׳׳נ פֿון סוזן דלל‟ וועט פֿאָרקומען אַן אינטערנאַציאָנאַלער פֿעסטיוואַל פֿון מוזיק אויף ייִדיש. דער פֿעס­טיוואַל גייט אָן פֿון מוצאי־שבת, דעם 4טן אַפּריל ביז מאָנטיק, דעם 6טן אַפּריל. צווישן די מו­זיקאַלישע גרופּעס וועלן אויפֿטרעטן די פּוילי­שע פּאָפּ־שטערן קאַיאַ מיט אַ ריי ייִדי­שע לידער, די נאָרוועגישע זינגערין בענטאַ קאַהאַן און מענדי כּהנא מיט דער קאַפּעליע „שפּילבערג‟.

נאָך אינפֿאָרמאַציע: //www.suzannedellal.org.il/?CategoryID=447.