פֿילם: ווען ישׂראלים האָבן ליב געהאַט איראַן

Film: When Israelis Loved Iran

דער פֿילמאָגראַף, דן שדור, אין תּל־אָבֿיבֿ
Lee Selba
דער פֿילמאָגראַף, דן שדור, אין תּל־אָבֿיבֿ

פֿון דזשולי ווינער (ייִט״אַ)

Published March 24, 2015, issue of April 17, 2015.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט אַ ייִדישער עולם אינעם ניו־יאָרקער „צענטער פֿון דער ייִדישער געשיכטע‟ געזען אַ דאָקומענטאַר־פֿילם, וווּ די ישׂראלים דערציילן וועגן איראַן; אָבער נישט וועגן דער קאָנטראָווערסאַלער נוקלעאַרער־פּראָגראַם אָדער וועגן דער האַרטנעקיקער שטעלונג צו איראַן פֿונעם ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו, נאָר וועגן אַ קורצער, כּמעט־פֿאַרגעסענער תּקופֿה, ווען איראַן און ישׂראל האָבן געהאַט אומאָפֿיציעלע דיפּלאָמאַטישע און מיליטערישע באַציִונגען.

דאָ רעדט זיך וועגן די צען יאָר פֿאַר דער רעוואָלוציע אין 1979 — אַ צײַט ווען אַן אַקטיווע קהילה פֿון ישׂראלדיקע בירגער האָט געלעבט זייער באַקוועם אין איראַן, און גענאָסן פֿון לוקסוסן, וואָס זענען דעמאָלט אין ישׂראל נישט געווען בנימצא: פֿול־צײַטיקע דינסטן אין שטוב; אַ שווימבאַסיין בײַ יעדן הויז, און אַ נײַע דערשײַנונג — איינמאָל־ווינדעלעך. אַ פֿרוי האָט באַמערקט, אַז די, צום מערסטן, באַליבטע מתּנה, וואָס זי פֿלעגט צוריקברענגען אירע חבֿרטעס אין ישׂראל, איז געווען אַ פּעקל „פּעמפּערס‟.

דן שדורס פֿילם, „פֿאַר דער רעוואָלוציע‟, וואָס איז אַרויסגעלאָזט געוואָרן אין 2013, איז געוויזן געוואָרן ווי אַ טייל פֿונעם 18טן יערלעכן ניו־יאָרקער ספֿרדישן קינאָ־פֿעסטיוואַל. מע האָט שוין אויך געוויזן דעם פֿילם אויף דער עפֿנטלעכער טעלעוויזיע־סטאַנציעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און אין אַנדערע לענדער, אַרײַנגערעכנט איראַן, וווּ דאָס איז געווען דער ערשטער ישׂראלדיקער פֿילם אויף טעלעוויזיע זינט דער רעוואָלוציע. דער פֿאַרכאַפּנדיקער פֿילם איז דערווײַל אָבער נישט געוויזן געוואָרן אין אַלגעמיינע קינאָ־טעאַטערס איבער אַמעריקע, און דאָס איז אַ שאָד, ווײַל ער איז באמת אַן אוצר. די מענטשן וואָס מע אינטערוויויִרט — אַראָפּגענומען פֿון אַמאַטאָרישע משפּחה־פֿילמען פֿון די 1960ער און 1970ער יאָר — דערציילן וועגן דער וואַקסנדיקער אומבאַקוועמלעכקייט בײַ די ישׂראלים, וועלכע האָבן גענאָסן פֿון פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיטן רעזשים פֿונעם שאַך מאָכאַמעד רעזאַ, הגם ס׳האָט שוין אויסגעזען, ווי ער וועט אין גיכן אונטערגיין.

ישׂראלים האָבן געלעבט אַ גוטן טאָג אין טעהעראַן
Courtesy of "Before the Revolution"
ישׂראלים האָבן געלעבט אַ גוטן טאָג אין טעהעראַן

„מיר האָבן נישט געוווּסט‟, „מיר זענען געווען יונג‟ און „מיר האָבן נישט געוואָלט וויסן‟ — זענען די אָפֿטע רעפֿרענען אינעם פֿילם, ווען עס רעדט זיך וועגן דער טונקעלער זײַט פֿון יענעם רעזשים, בפֿרט די מוראדיקע געהיים־פּאָליציי.

דער פֿילם גיט איבער אַ ריי פֿאַרכאַפּנדיקע, אַפֿילו סוררעאַליסטישע מאָמענטן: צוויי ישׂראלים, וועלכע ווערן על־פּי־טעות מיטגעשלעפּט אויף אַ סטודענטן־דעמאָנטסראַציע קעגן דעם שאַך; קיבוצניקעס, וואָס העלפֿן זייערע דינסטן טאָן די שטוב־אַרבעט, ווײַל זיי פֿילן, אַ פּנים, אַז עס שטימט נישט מיט זייערע סאָציאַליסטישע פּרינציפּן, און אַן איראַנישער עולם וואָס שרײַט „הוראַ‟, זעענדיק אַ פֿילם וועגן דער ישׂראלדיקער ענטעבע־אָפּעראַציע.

אַ טייל פֿון די ישׂראלים זענען געווען הויכע באַאַמטע פֿון דער ישׂראל־רעגירונג און „מוסד‟־אָנגעשטעלטע וועלכע האָבן געהאַט נאָענטע פֿאַרבינדונגען מיט די גענעראַלן פֿונעם שאַך, אָבער ס׳רובֿ פֿון זיי זענען געווען אינזשענירן און געשעפֿטסלײַט, וועלכע האָבן אָנגעפֿירט מיט גרויסע בוי־פּראָיעקטן. שדורס אייגענער טאַטע איז געווען אַן אויפֿזעער פֿון אַזוינע פּראָיעקטן. דער פֿילמאָגראַף, וועלכער איז איצט 37 יאָר אַלט, האָט פֿאַרבראַכט זײַן ערשט יאָר אין טעהעראַן.

רעדנדיק וועגן דער ראָלע פֿון ישׂראלים בײַם מאָדערניזירן די איראַנישע אַגריקולטור, וואַסער־לייטונג און דאָס בויען דאַמבעס, זאָגט איינער: „מיר האָבן אויפֿגעבויט זייער לאַנד.‟ אַ צווייטער דערציילט ווי מע האָט אים געשאָנקען אַ באַגילדעטן „עוזי‟־געווער פֿאַר האָבן איבערצײַגט די איראַנישע רעגירונג צו קויפֿן 50,000 פֿון די ביקסן, פּראָדוצירט אין ישׂראל. און די גרעסטע איראָניע, נאָך אַלעמען: דער פֿילם גיט אָנצוהערן, אַז דער נוקלעאַרער פּראָיעקט אין איראַן איז אפֿשר אויך געגרינדעט געוואָרן מיט דער הילף פֿון ישׂראל…