300 ייִדן אָפּגעראַטעוועט אינעם וואַרשעווער זאָאָפּאַרק

When 300 Jews Escaped the Nazis in the Warsaw Zoo

משה תּירוש
From the Depths
משה תּירוש

פֿון כּנען ליפֿשיץ (ייִט״אַ)

Published March 25, 2015, issue of April 17, 2015.

זיצנדיק אין אַ וואָגן, אויפֿן וועג צום וואַרשעווער זאָאָפּאַרק, האָט משה תּירוש דערפֿילט, אַז זײַנע טאַטע־מאַמע זענען איבערגעשראָקן. פֿונעם בעל־העגלה האָט זיך געצויגן אַ שטאַרקער גערוך פֿון משקה.

אין דער אמתן, איז דער בעל־עגלה נישט געווען שיכּור. צווישן די דײַטשן איז געווען פֿאַרשפּרייט אַ סטערעאָטיפּ, אַז אויב עמעצער שמעקט מיט בראָנפֿן, מוז ער זײַן אַ פּאָליאַק. דערפֿאַר, האָט דער טאַטע פֿונעם ניצול־געוואָרענעם ייִד זיך געגעבן אַן עצה און געבעטן דעם בעל־עגלה צו באַגיסן זיך מיט משקה, כּדי די נאַצי־וועכטער אויף דער בריק זאָלן נישט חושד זײַן, אַז זיי זענען ייִדן.

דער 78־יאָריקער תּירוש איז איינער פֿון 300 ייִדן, וועלכע זענען אָפּגעראַטעוועט געוואָרן צוליב דעם העלדישן דירעקטאָר פֿונעם זאָאָפּאַרק, יאַן זאַבינסקי, און זײַן ווײַב, אַנטאָנינאַ. זײַענדיק אַ לייטענאַנט פֿון די פּוילישע פּאַרטיזאַנער, האָט זאַבינסקי אויסבאַהאַלטן די ייִדן אין די אונטערערדישע טונעלן צווישן די חיות־שטײַגן, וווּ ער האָט אויך געשאַפֿן אַ געווער־סקלאַד פֿאַרן אויפֿשטאַנד קעגן די נאַציס.

יאַן־מאַטשיי רעמבישעווסקי, וועלכער האָט געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿונעם זעלבן זאָאָפּאַרק פֿון 1982 ביז 2006, און האָט דאָרטן אָנגעהויבן פֿרײַוויליק אַרבעטן נאָך דער מלחמה, דערמאָנט זיך, אַז זאַבינסקי האָט געהאַט אַ שווערן כאַראַקטער און זיך אויפֿגעפֿירט ווי אַ שטרענגער קאָמאַנדיר. אַפֿילו די נאַציס, האָט רעמבישעווסקי צוגעגעבן, וואָלטן „זיכער‟ אָפּגעשאַצט זײַן אויטאָריטאַרן כאַראַקטער. צוליב דעם, האָבן זיי אים געלאָזט טאָן, וואָס ער וויל, אויפֿן שטח פֿון זײַן זאָאָפּאַרק.

יאַן זאַבינסקי
Wiki Commons
יאַן זאַבינסקי

אין אַפּריל, וועט תּירוש זיך אומקערן פֿון ישׂראל קיין וואַרשע, כּדי זיך צו באַטייליקן אין דער עפֿענונג־צערעמאָניע פֿון אַ נײַעם מוזיי, געווידמעט זאַבינסקיס העלדישער טעטיקייט. ער דערמאָנט זיך, אַז ווען ער איז געווען אַ דרײַ־יאָריק קינד, האָט ער שוין קלאָר געוווּסט, אַז ווען ער זעט פֿרעמדע מענטשן אַרום זיך, מוז ער זיך קרייצן און דערמאָנען יעזוס, כּדי מע זאָל מיינען, אַז ער איז אַ פּוילישער קריסט. ווען ער האָט דערזען אַנטאָנינאַ זאַבינסקי, די סימפּאַטישע לערערין, קינסטלערין און פּיאַניסטקע, האָט ער זיך דערפֿילט מיט איר באַקוועם און געזאָגט דער מאַמען, אַז אויף דער דאָזיקער פֿרוי קאָן מען זיך פֿאַרלאָזן.

תּירוש האָט פֿאַרבראַכט דרײַ וואָכן אין אַ פֿינצטערן אונטערערדישן צימער אינעם זאָאָפּאַרק, צוזאַמען מיט זײַן שוועסטערל. דער דירעקטאָר, זײַן ווײַבֿ און זייער קליינער זון, רישאַרד, האָבן זיי געבראַכט וואָס צו עסן. צוליב זיכערהייט־סיבות, האָבן די טאַטע־מאַמע זיך אויסבאַהאַלטן אין אַן אַנדער טונעל.

ווען די נאַציס האָבן זיך דערנענטערט צו זאַבינסקיס היים, וווּ עס האָבן זיך געפֿונען זײַנע ייִדישע געסט, פֿלעגט זײַן ווײַב שפּילן אַ געוויסע נאָט אויף דער פּיאַנע; ווען די סכּנה איז פֿאַרבײַ, פֿלעגט זי געבן אַ קלאַפּ אויף אַן אַנדער נאָט. תּירוש דערמאָנט זיך, אַז די דרײַ וואָכן, וואָס ער האָט פֿאַרבראַכט אינעם זאָאָפּאַרק, איז געווען אַ זעלטענער פּעריאָד פֿון דער מלחמה, ווען ער האָט זיך געפֿילט גוט און באַקוועם. שפּעטער, האָט ער זיך, צוזאַמען מיט זײַן שוועסטער, אויסבאַהאַלטן בײַ קריסטלעכע משפּחות, וועלכע האָבן זיך איזדיעקעווען איבער אים און שיִער נישט דערפֿירט צום טויט.

אַנטאָנינאַ איז געשטאָרבן אינעם יאָר 1971; איר מאַן — אין 1974. ווען דאָס פּאָרפֿאָלק האָט נאָך געלעבט, אינעם יאָר 1965, האָט דער ירושלימער מוזיי „יד־ושם‟ זיי אָנערקענט ווי חסידי־אומות־העולם. אינעם נײַעם קליינעם מוזיי, געשאַפֿן דורך דער הזכּרה־אָרגאַניזאַציע „מן המיצר‟, וועלן די באַזוכער, אַרײַנגערעכנט קליינע קינדער, קאָנען דערזען די דערמאָנטע היסטאָרישע פּיאַנע און אַרײַנגיין אינעם רעסטאַוורירטן לאַבירינט פֿון טונעלן.