צי דאַרף מען ווידער אַנטלויפֿן?

Do They Need to Flee?

די באַטייליקטע אין דער טרעפֿונג
די באַטייליקטע אין דער טרעפֿונג

פֿון איתן פֿינקעלשטיין

Published March 25, 2015, issue of April 17, 2015.

די פֿיר־טאָגיקע טרעפֿונג אונטער דעם הויכן נאָמען „קאָנגרעס פֿון דער ייִדישער יוגנט אין דײַטשלאַנד‟, איז הײַיאָר פֿאָרגעקומען אין בערלין, און האָט צונויפֿגענומען איבער 400 מענטשן — אַ רעקאָרד־ציפֿער לויט די באַטייליקטע זינט עס ווערן דורכגעפֿירט אַזעלכע אונטערנעמונגען. פֿאָרמעל איז דער „קאָנגרעס‟ געווידמעט דעם 50־יאָריקן יוביליי זינט עס האָבן זיך אָנגעשטעלט דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן דײַטשלאַנד און ישׂראל. אמת, די פּינקטלעכע דאַטע פֿאַלט אויס אויף חודש מײַ; און ס‘רובֿ אָנטיילנעמער האָבן די טרעפֿונג אויפֿגענומען בלויז ווי אַ געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען אין איינעם די צײַט, שאַפֿנדיק אַן אַטמאָספֿער פֿון אַ יוגנטלעכן קלוב, וווּ אונטער דעם דונער פֿון מוזיק, באַקענט מען זיך, מע טאַנצט און מע זאַמלט זיך צונויף לויט די פּערזענלעכע אינטערעסן.

פֿון דעסטוועגן, האָבן אָנגעפֿירט מיט דער דאָזיקער אונטערנעמונג ערנסטע מענטשן, וואָס האָבן זיך באַמיט אַרײַנצוברענגען אינעם גאַנג פֿון דער טרעפֿונג פּראַקטישע עלעמענטן. צום באַדויערן, האָט זיך עס נישט אײַנגעגעבן; סײַדן, ווען אַבֿרהם לערער, דער פֿאָרזיצער פֿונעם ראַט בײַ דער צענטראַלער צדקה־אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד (ZWST), האָט זיך געוואָנדן צום עולם און געבעטן נישט צו פֿאַרגעסן אין דער פּאָליציי, וואָס „באַוואַכט אונדזער זיכערהייט אינעם בנין און אַרום אים‟, איז דער זשום און רעש פּאַמעלעך אויסגעלאָשן געוואָרן.

און מע קאָן עס פֿאַרשטיין: די נאָך „פֿרישע‟ טעראָריסטישע אַטאַקן אין פּאַריז און קאָפּענהאַגען האָבן אַרויסגערופֿן אַ ממשותדיקע מורא בײַ די אייראָפּעיִשע ייִדן, בתוכם אין דײַטשלאַנד. דעריבער האָט די טעמע פֿון זיכערהייט דאָמינירט אויפֿן קאָנגרעס. אָנגעהויבן האָט זיך עס דערפֿון, וואָס יוסף שוסטער, דער פֿאָרזיצער פֿונעם צענטראַלן ראַט פֿאַר ייִדן אין דײַטשלאַנד, פֿאַררופֿנדיק זיך אויפֿן מוסולמענישן אַנטיסעמיטיזם, פֿאָרגעלייגט נישט צו טראָגן קיין יאַרמלקע, בשעת מע געפֿינט זיך אין די אַזוי גערופֿענע „פּראָבלעמאַטישע ראַיאָנען‟; ווי אויך אין די ראַיאָנען, וווּ עס וווינען אַ סך רעכט־געשטימטע ראַדיקאַלן.

זײַנע ווערטער האָבן נישט אַרויסגערופֿן קיין שטיצע בײַם בערלינער בורגערמײַסטער מיכאַעל מיולער, וועלכער האָט געזאָגט, אַז ער „נעמט עס אויף אַנדערש‟. אים צו גלייבן, באַקומט זיך, אַז אין דער דײַטשישער קרוינשטאָט איז קיין אַנטיסעמיטיזם נישטאָ. מיולערן האָבן באַלד אונטערגעהאַלטן די דײַטשישע פּאָליטיקער פֿון אַנדערע שטעט, אַרײַנגערעכנט מינכן, וווּ ס׳איז אויך „נישטאָ קיין אַנטיסעמיטיזם‟.

ריכטיק, קיין מאַסן־עקסצעסן און בלוט־אַקציעס, ווי עס טרעפֿט זיך אין אַנדערע שטעט, זײַנען אין מינכן נישטאָ. אין דער זעלבער צײַט, ווערן אַלע ייִדישע אינסטיטוציעס אין דײַטשלאַנד — פֿון די קינדער־גערטנער ביז דער כאָר־שיל אין בערלין, כּסדר באַוואַכט. אין אַלע פֿליפֿעלדער, וווּ עס לאַנדן די ישׂראל־עראָפּלאַנען, שטייען שוץ־אויטאָס און ספּעציאַליזירטע באַוואָפֿנטע מיליטער־טיילן.

צוריק גערעדט, אויב קיין שום סכּנה דראָט נישט דעם ייִדישן לעבן אין דײַטשלאַנד, צו וואָס באַוואַכט מען יעדן פּונקט, וואָס האָט אַ שײַכות צו ייִדן? און ווי אַזוי דאַרפֿן זיך פֿילן די ייִדן, ווען אויף יעדן שריט און טריט ווערן זיי באַגלייט דורך וועכטער, ווי עפּעס לעפּרע־קראַנקע, חלילה־וחס?