ווי מײַדט מען אויס אַ סכּנה בײַם אָנוואַרעמען עסן שבת?

Keeping Safe When Warming Food on Shabbos

איין זיכערער מכשיר, וואָס די רבנים רעקאָמענדירן אָנצוּוואַרעמען מאכלים שבת איז אַן „אָנוואַרעם־שופֿלאָד‟ (warming drawer)
איין זיכערער מכשיר, וואָס די רבנים רעקאָמענדירן אָנצוּוואַרעמען מאכלים שבת איז אַן „אָנוואַרעם־שופֿלאָד‟ (warming drawer)

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published March 26, 2015, issue of April 17, 2015.

די וואָך האָב איך מיט מײַן מאַן געטאָן צוויי וויכטיקע זאַכן: אַרײַנגעשטעלט נײַע באַטעריעס אין אונדזערע רויך־דעטעקטאָרס, און אַרויסגעוואָרפֿן די עלעקטרישע טאַץ, וואָס מיר ניצן אָנצוּוואַרעמען שבת דאָס עסן.

די טראַגעדיע פֿונעם 21סטן מאַרץ, אין וועלכער זיבן קינדער פֿון דער משפּחה שׂשׂון זענען אומגעקומען דורך אַ שׂרפֿה אין זייער הויז אין ברוקלין צוליב אַ כּלי, וואָס וואַרעמט אָן מאכלים אויף שבת, האָט אַרויסגערופֿן אַ סך דיסקוסיע בײַ פֿרומע ייִדן, בפֿרט וואָס שייך די זיכערהייט־מיטלען, וואָס מע ניצט, כּדי צו קענען עסן אַ הייסן טשאָלנט און אַנדערע אָנגעוואַרעמטע פּאָטראַוועס נאָכן אַהיימקומען פֿון שיל שבת אין דער פֿרי.

הגם על־פּי־דין טאָר מען נישט אָנצינדן קיין פֿײַער שבת, מעג מען יאָ אָנוואַרעמען דאָס עסן אויף אַן אָנהייץ־כּלי, אויב מע האָט אים אָנגעדרייט פֿאַרן ליכט־בענטשן. איין פּשוטער (נישט־עלעקטרישער) מכשיר, וואָס פֿרומע ייִדן ניצן שוין יאָרן לאַנג איז אַ בלעך, וואָס מע לייגט אַרויף אויף איינער פֿון די אויוון־פּליטעס, איבער אַ קליין פֿײַערל, און אַזוי בלײַבט עס וואַרעם אַ גאַנצן מעת־לעת. בײַ נאַכט שטייט דאָרט דער טאָפּ טשאָלנט, און שבת אין דער פֿרי, איידער מע גייט אין שיל, נעמט מען אַרויס די אַנדערע שוין־אָפּגעקאָכטע מאכלים פֿון פֿרידזשידער, און מע שטעלט זיי אויך אויפֿן בלעך.

אַ צווייטער מיטל — דאָס וואָס די משפּחה שׂשׂון האָט, אַ פּנים, געניצט, איז אָנצושטעלן אַן עלעקטרישע טאַץ פֿאַר ליכט־בענטשן. הגם די פּרעסע האָט גערופֿן דעם מכשיר אַ hot plate, אַן עלעקטרישע פּליטע, איז מער פּינקטלעך עס צו רופֿן אַ food warmer. (אַ hot plate ניצט מען צו קאָכן עסן, און אַ food warmer — בלויז עס אָנצוּוואַרעמען.)

דערווײַל, האָט מען נאָך נישט איבערגעגעבן די רעזולטאַטן פֿון דער אויספֿאָרשונג פֿון דער שׂרפֿה, איז דעריבער נישט קלאָר, צי די טאַץ האָט זיך אַליין אָנגעצונדן צוליב דעפֿעקטיווע דראָטן, אָדער צי אַ דערבײַיִקער פֿירהאַנג, האַנטעך אָדער שטיקל פּאַפּיר האָט אָנגערירט די הייסע כּלי און זיך אָנגעצונדן.