לאָנדאָנער געשפּענסטן פֿון מיטל־מיזרח־קאָנפֿליקט

London Ghosts of the Mideast Conflict


פֿון מיכאל קרוטיקאָוו

Published March 27, 2015, issue of April 17, 2015.

אין דער רשימה פֿון די בעסטע בריטישע טעלעװיזיע־סעריאַלן פֿאַרנעמט „די בכּבֿודיקע פֿרױ” אײנע פֿון די העכסטע פּאָזיציעס, לכל־הפּחות לױט דער אָפּשאַצונג פֿון די קריטיקער. די דאָזיקע געשפּאַנטע דראַמאַטישע געשיכטע אין אַכט טײלן (װאָס איז איצט צוטריטלעך דורך „נעטפֿליקס”) איז אַ פּאָליטישער טרילער, װאָס דרײט זיך אַרום דעם קאָנפֿליקט צװישן ישׂראל און אַראַבער. די צענטראַלע פֿיגור דערין איז אַ רײַכע לאָנדאָנער פֿרױ נעסאַ סטײַן, װאָס האָט געירשנט איר טאַטנס פֿאַרמעגן און איז גרייט צו העלפֿן ברענגען שלום צװישן ייִדן און אַראַבער דורך בשותּפֿותדיקע עקאָנאָמישע אונטערנעמונגען. 

איר טאַטע, אַ רײַכער ישׂראלדיקער געשעפֿטסמאַן, װאָס האָט געהאַנדלט מיט געװער, איז דערהרגעט געװאָרן פֿאַר אירע אױגן, װען זי איז געװען אַ קלײן מײדל, בעת אַ סעודה אין אַ לאָנדאָנער קלוב. דאָס האָט איבערגעלאָזט אַ טיפֿע טראַװמע אױף איר נשמה. נעסאַס פֿיבערהאַפֿטיקע פֿילאַנטראָפּישע אַקטיװיטעט איז אַן אופֿן צו פֿאַרגלעטן איר טאַטנס חטאים און באַרויִקן איר אײגענעם געװיסן. זי איז אַ ביסל נאַיִװ און אידעאַליסטיש, און בלית־ברירה װערט זי אַרײַנגעטאָן אין דער פֿינצטערער און ברוטאַלער װעלט פֿון אינטערנאַציאָנאַלער פּאָליטיק, קאָרופּציע און שפּיאָנאַזש. דער סיפּור־המעשׂה פֿונעם סעריאַל איז זײער פֿאַרדרײט, פֿולגעפּאַקט מיט מאָרד, בגידה, און קידנעפּינג. די שטילע רײַכע געגנטן פֿון לאָנדאָן װערן פֿאַרװאַנדלט אין אַ בלוטיקן שלאַכטפֿעלד צװישן געהײמע ברוטאַלע כּוחות, װאָס זייערע צילן זײַנען ניט קלאָר. 

פּסיכאָלאָגיע װערט אינעם סעריאַל ענג איבערגעפֿלאָכטן מיט פּאָליטיק. אין תּוך גענומען זײַנען דאָ ניט קײן גוטע און שלעכטע לײַט; בײדע צדדים זײַנען גרײט צו באַגיין פֿאַרברעכן, כּדי צו דערגרײכן זײערע צילן און פֿאַרניכטן דעם צד־שכּנגד. ייִדן און אַראַבער, ישׂראל און פּאַלעסטינע װערן פֿאָרגעשטעלט װי אַ שפּיגל–אימאַזש אײנער פֿון דעם צווייטן, װאָס לאָזן זיך ניט צעטײלן, לכל־הפּחות, אינעם דאָזיקן פֿילם. בײדע גלייבן אין זײער אַבסאָלוטן רעכט אױפֿן לאַנד. נעסאַ װערט פֿאַרכאַפּט אין צװישן, װײַל בײדע צדדים באַטראַכטן זי װי אַ מניעה פֿאַר זײערע צװעקן.

„די בכּבֿודיקע פֿרױ” איז אַ געמיש פֿון צװײ מינים טרילער־זשאַנערן, דעם אַװאַנטורישן און דעם פּסיכאָלאָגישן. יעדער פּרק איז פֿולגעפּאַקט מיט האַנדלונג: מאָרד, יאָגעניש, אױפֿרײַסונגען, וכדומה, װאָס זײַנען זײער קונציק פֿילמירט. צװישן די דאָזיקע פּלוצעמדיקע שרעק־מאָמענטן זײַנען אַרײַנגעפֿלאָכטן לענגערע עמאָציאָנעל־פּסיכאָלאָגישע פֿראַגמענטן. אַזױ אַרום איז דער טעמפּאָ פֿון דער קינאָ–דערצײלונג אַ פֿיבערהאַפֿטיקער, װאָס גיט צו נאָך מער שפּאַנונג. מיט יעדן נײַעם אַקט פֿון געװאַלד װערט די מעשׂה נאָך מער פֿאַרפּלאָנטערט, און דער צושױער װערט נאָך מער געפּלעפֿט.



Would you like to receive updates about new stories?






















We will not share your e-mail address or other personal information.

Already subscribed? Manage your subscription.